אין דער קלאַסישער סאָוועטישער קאָמעדיע „די קאַווקאַז־געפֿאַנגענע‟ פֿונעם יאָר 1967 גייט אַ רייד וועגן דעם פֿאַרצײַטישן מינהג בײַ געוויסע פֿעלקער אינעם קאַווקאַז־ראַיאָן, לויט וועלכן אַ חתן האָט געמעגט צוגנבֿענען בײַ דער משפּחה אַ מיידל, וואָס איז אים געפֿעלן געוואָרן, כּדי מיט איר חתונה צו האָבן. דער קאָרומפּירטער סאָוועטישער רעגירונג־באַאַמטער האָט געפּרוּווט דאָס דורכצופֿירן מיט אַ כיטרע קונץ אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אויף אַ קאָמישן אופֿן, ווערט די כּלה געראַטעוועט און קערט זיך אום צו די עלטערן.
נישט לאַנג צוריק, האָט אַ רוסיש־שפּראַכיקע וועבזײַט פֿון די קאַווקאַזישע באַרג־ייִדן אָדער טאַטן, Gorskie.ru, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם אינטערעסאַנטן און באַלערנדיקן אַרטיקל מיטן נאָמען „טאַטן אינעם דאַגעסטאַנער היסטאָרישן פּראָצעס‟. צווישן אַנדערע אַמאָליקע מינהגים דערמאָנט דער מחבר, וואַלערי שאַולאָוו, אַז אין דאַגעסטאַן איז בײַ די אָרטיקע ייִדן פֿאַר דער רעוואָלוציע אויך געווען אָנגענומען אַזאַ מין „שידוך‟, וואָס ווערט געשילדערט אינעם סאָוועטישן פֿילם. געוויינטלעך, האָבן די מחותּנים אַליין באַשטימט די קומענדיקע זיווגים; די חתן־כּלה האָבן נישט געטאָרט אין דעם זיך אַרײַנמישן. דעם חתנס צד האָט געמוזט באַצאָלן דעם „קאַלים‟־נדן — פֿאַקטיש, צו קויפֿן די כּלה.
וואָס טוט מען אָבער אין אַזאַ שטרענגער געזעלשאַפֿט אַן אָרעמאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ מיידל? גיט מען זיך אַן עצה, ווי אַזוי זי אַרויסצוגנבֿענען! אויב דעם בראַוון יונגערמאַן גיט זיך אײַן צו האָבן חתונה מיטן מיידל אָן דעם רשות פֿון איר טאַטע־מאַמע, וואָלט די משפּחה בדיעבֿד אָנגענומען דעם איידעם. כּמעט אַלעמאָל, האָט מען עס אָבער געטאָן בהסכּם מיטן מיידל, ווען זי אַליין האָט געוואָלט מיט אים אַנטלויפֿן און זיך פֿאַרשטעלט ווי אַ פֿאַרכאַפּטע בגוואַלד.
אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט, ווי אויך אויף אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע וועבזײַטן אויף רוסיש, קאָן מען זיך דערוויסן אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם אַמאָליקן לעבן פֿון די דאַגעסטאַנער ייִדן. זייערע פֿרויען זענען געגאַנגען אינגאַנצן באַקליידט און געמוזט צודעקן דאָס פּנים, ווען מע באַווײַזט זיך אויף דער גאַס. אַזוי ווי די אָרטיקע מוסולמענער, האָבן די ייִדישע מענער אין דאַגעסטאַן געטראָגט אַ לאַנגן מעסער, קינזשאַל. באַזונדערס אינטערעסאַנט אָבער זענען פֿאַרשיידענע סגולות, וואָס דער באַרג־ייִדישער פֿאָרשער אליהו אַניסימאָוו האָט געזאַמלט בעת זײַן עקספּעדיציע איבערן קאַווקאַזישן ראַיאָן אינעם סוף־19טן יאָרהונדערט. זײַן טאַטע, אַ באַקאַנטער רבֿ און דער ערשטער קאַווקאַזישער תּלמיד פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, האָט נאָך פֿריִער, אינעם יאָר 1884, אַרויסגעגעבן אין ירושלים אַ קליין ביכל וועגן די באַרג־ייִדישע מינהגים.
לויט אַניסימאָוו, האָבן די קאַווקאַזער ייִדן זיך כּסדר באַנוצט מיט פֿאַרשיידענע אוראַלטע שפּרוכן און סגולות, וואָס זענען געווען אויך פֿאַרשפּרייט בײַ די אַנדערע אָרטיקע פֿעלקער. למשל, כּדי אַרויסצורופֿן אַ רעגן אין אַ טרוקענעם סעזאָן, פֿלעגט מען אָנצינדן שײַטערס און שפּרינגען איבער זיי מיט ספּעציעלע שפּרוכן, כּדי צו פֿאַרטרײַבן די בייזע רוחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.