נישט לאַנג צוריק האָט די וועבזײַט פֿונעם גלאַזגאָ־אוניווערסיטעט איבערגעגעבן, אַז בשותּפֿות מיטן עדינבורגער אוניווערסיטעט, האָבן זיי באַקומען אַ סובסידיע פֿון אַ האַלב מיליאָן פֿונט, כּדי דורכצופֿירן אַ פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער השפּעה אויף דער שאָטלענדישער קולטור און נאַציאָנאַלער אידענטיפֿיקאַציע.
דאָס געלט קומט פֿונעם בריטישן פֿאָרש־ראַט פֿאַר קונסט־ און געזעלשאַפֿטלעכע ענינים (AHRC). במשך פֿון דרײַ־יאָריקע שטודיעס פּלאַנירן די וויסנשאַפֿטלער אויסצוגעפֿינען, ווי אַזוי די ייִדישע אימיגראַנטן, בפֿרט די פּליטים, וואָס זענען אַנטלאָפֿן קיין שאָטלאַנד פֿונעם נאַצי־חורבן, האָבן משפּיע געווען אויף דער עצם־אידענטיפֿיקאַציע פֿון „שאָטלענדישקייט‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט דאָס לעבן אינעם נײַעם לאַנד אויך געביטן דעם אופֿן, ווי אַזוי די שאָטלענדישע ייִדן באַטראַכטן זיך אַליין. די פֿאָרשער וועלן זיך פֿאַרטיפֿן אין די דאָזיקע צוויי־זײַטיקע השפּעות.
אַחוץ דעם סאָציאָלאָגישן אַספּעקט, וועט דער פֿאָרש־פּראָיעקט זיך פֿאָקוסירן אויף דעם קאָנקרעטן ממשותדיקן בײַשטײַער, וואָס די ייִדישע אימיגראַנטן און פּליטים האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער אַרכיטעקטור, קונסט, ליטעראַטור, קולטור און רעליגיעזע טראַדיציעס פֿון שאָטלאַנד.
ד״ר מיאַ ספּיראָ פֿונעם גלאַזגאָ־אוניווערסיטעט ד״ר חנה האָלצשנײַדער פֿונעם עדינגבורגער אוניווערסיטעט וועלן אָנפֿירן מיט די שטודיעס. כּדי צו אַנאַליזירן די טעמע, וועט מען דאַרפֿן איבערקוקן אַ גרויסן סכום אַרכיוו־מאַטעריאַלן און חפֿצים, צו רעקאָנסטרויִרן קאָנקרעטע ביאָגראַפֿיעס פֿון שאָטלענדישע ייִדן. ספּיראָ האָט דערקלערט, אַז די פּערזענלעכע חפֿצים, וואָס די פּליטים האָבן מיטגעבראַכט, ווען זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס, קאָנען וואַרפֿן אַ שײַן אויף די געשעענישן פֿון יענער טראַגישער תּקופֿה.
די פֿאָרשערין האָט צוגעגעבן, אַז דווקא אַזעלכע געוויינטלעכע זאַכן, ווי משפּחה־בריוו און אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, קאָנען העלפֿן צו פֿאַרשטיין, אַז אין אַ סך פֿאַלן האָט זיך די ייִדן אײַנגעגעבן זיך ראַטעווען און דערקלײַבן ביז שאָטלאַנד בלויז צוליב גליק און נישט צוליב וועלכ־ניט־איז ספּעציעלע טאַלאַנטן. די פֿאָרש־גרופּע וועט אַרבעטן בשותּפֿות מיטן „שאָטלענדיש־ייִדישן אַרכיוו־צענטער‟ אין גלאַזגאָ. די פֿאָרשונגען וועלן אַרומנעמען דעם פּעריאָד פֿון פֿריִיִקן 19טן יאָרהונדערט ביזן הײַנטיקן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.