נאָך די טעראָריסטישע אַטאַקן אינעם הויפּט־פֿליפֿעלד און אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע אין בריסל, בעלגיע דינסטיק אין דער פֿרי, האָט די ייִדישע קהילה אַנולירט אַלע עפֿנטלעכע פּורים־פֿײַערונגען, אויפֿן באַראַט פֿון דער פּאָליציי. פּורים הייבט זיך אָן מיטוואָך אויף דער נאַכט.
מער ווי 30 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן און צענדליקער פֿאַרוווּנדיקט, דורך די אַטאַקן אויפֿן בריסלער אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד „זאַווענטעם‟ און אין אַ שטאָטישער באַן־סטאַנציע. „אײַסיס‟ האָט געמאָלדן, אַז זי טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די אַטאַקן. צווישן די לעבן־געבליבענע אין דעם פֿאַרבלוטיקטן פֿליפֿעלד, איז געווען אַ חסידישע פֿרוי, וואָס האָט בלויז מינוטן פֿריִער געהאַט פֿאַרלאָזט דעם טערמינאַל צום פּאַרקיר־פֿעלד. אַ „יו־טוב‟־אוידיאָ, וואָס גיט איבער איר רעאַקציע אויף אַ „היימישן‟ ייִדיש, האָט מען ביז מיטוואָך אין דער פֿרי שוין געהאַט געהערט מער ווי 14,000 מאָל:
די פּאָליציי האָט אויך געבעטן די ייִדישע אײַנוווינער נישט צו טראָגן מאַסקעס, ווי ס׳איז אײַנגעפֿירט פּורים, אויס מורא, אַז דאָס וועט געבן די טעראָריסטן אַ געלעגנהייט זיך אַליין צו פֿאַרשטעלן און דערבײַ זיך אַרײַנצוגנבֿענען אין די ייִדישע געגנטן. די קהילה האָט זיך געהאַט געריכט אויף מער ווי אַ טויזנט מענטשן בײַם מגילה־לייענען אין דער „גרויסער אייראָפּעיִשער שיל‟, און אויף דער פּלאַנירטער פֿאָרשטעלונג פֿון דער ישׂראלדיקער מוזיקאַלישער גרופּע „האַחים גת‟ [די ברידער גת] גלײַך נאָכן מגילה־לייענען. די מוזיקער זענען ספּעציעל געקומען קיין בעלגיע צוליב דעם פּורים־קאָנצערט.
אַנשטאָט דער אונטערנעמונג, וועט די קהילה אָרגאַניזירן קלענערע פֿאַרזאַמלונגען, וווּ ייִדן וועלן קענען הערן די מגילה און דערבײַ באַפֿרידיקן די פּורים־מיצווה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.