ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

Getty Images

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published March 24, 2016, issue of April 15, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּרעזידענט אָבאַמאַ אויף אַ קורצן באַזוך אין אַרגענטינע

נאָך זײַן באַזוך אין קובאַ האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ באַזוכט אַרגענטינע. אָנגעקומען מיטװאָך, דעם 23סטן 1 אַ זייגער בײַ נאַכט האָט ער במשך פֿון 36 שעה דורכגעפֿירט אַן אינטענסיװן סדר־היום, װאָס האָט אים אַפֿילו דערמעגלעכט אַ קורצן שפּאַציר אין דער באַרימטער באַרילאָטשע, אַ 1000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, װוּ בערג און אָזערעס נעמען אויף טויזנטער טוריסטן פֿון דער גאָרער װעלט. פֿון דאָרט איז ער אָפּגעפֿלויגן צוריק קיין װאַשינגטאָן דאָנערשטיק אין אָװנט. מיסחר, זיכערקייט און נאַרקאָטראַפֿיק זײַנען געװען די װיכטיקסטע טעמעס פֿון זײַן באַזוך. די אויסערן־מיניסטאָרן, די פֿאַראַנטװאָרטלעכע פֿאַר דער זיכערקייט און די אינערן־מיניסטאָרן פֿון ביידע לענדער האָבן אונטעגעשריבן אָפּמאַכן. אויך האָט מען אָנגענומען מיטלען קעגן דער קאָרופּציע און אייניקע קװאַלן האַלטן, אַז אין דער פּריװאַטער טרעפֿונג פֿון ביידע פּרעזידענטן האָט מען אויך גערעדט װעגן טעראָריזם, די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע און דעם קהילה־בנין, און ניסמאַנס טויט. אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט אָבאַמאַ דערקלערט, אַז זײַן פּריאָריטעט איז צו באַקעמפֿן דעם טעראָריזם און באַזיגן דעם „אײַסיס‟. װי אַ זשעסט פֿון אַמעריקע צו געפֿינען די שולדיקע אין די אַטענטאַטן, האָט ראָבערטאַ זשאַקאָבסאָן, שטאַט־סעקרעטאַרשע פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקע, באַזוכט די קהילה.

פרעזידענט אָבאַמאַס באַזוך װערט אָפּגעשאַצט װי אַ שריט צו פֿאַרמינערן די השפּעה פֿון כינע און רוסלאַנד אין אַרגענטינע, װאָס די פֿריִערדיקע פּרעזידענטין, קריסטינאַ קירכנער, האָט סטימולירט; און אַ פֿאָרעם צו קאָמפּענסירן די באַזוכן אין אַרגענטינע פֿון פֿראַנצייזישן פּרעזידענט האָלאַנדע, דעם איטאַליענישן פּרעמיער־מיניסטער מאַטעאָ רענצי און דעם קאַנצלער פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. דאָנערשטיק אין דער פֿרי האָט אָבאַמאַ באַערט די געפֿאַלענע בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור אין דעם טאָג, װען מען האָט דערמאָנט די 40 יאָר פֿונעם שטאַטסקלאַפּ, װאָס האָט אָפּגעקאָסט אַ 30.000 קרבנות, פֿון זיי — אַ גרעסערע צאָל ייִדן. דאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „פּאַרק פֿון זכּרון‟. נישט אַלע פֿון די 4 אָרגאַניזירטע גרופּעס פֿון משפּחות פֿון די אַזוי גערופֿענע „פֿאַרשװוּנדענע‟ האָבן זיך באַטייליקט אויף דער הזכּרה. „קינדער‟ האָבן אַפֿילו דעמאָנסטרירט קעגן אָבאַמאַס באַזוך. אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט ער געשטיצט די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער צו האָבן אַ מדינה. ער האָט אויך פֿאַרזוכט אַ מאַטע און אין אָװנט האָט ער אַפֿילו געטאַנצט אַ טאַנגאָ. אויך זײַן פֿרוי מישעל האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין אירע עפֿנטלעכע טרעפֿונגען מיט פֿרויען אַקטיװיסטינס און סטודענדינס.


דאָס נײַ וועבזײַטל „עדות — לעבן־געשיכטעס‟

דינסטיק, דעם 22סטן מאַרץ האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה פּרעזענטירט דאָס װעבזײַטל „עדות — לעבן־געשיכטעס‟. דאָס זײַטל װעט אָפּשפּיגלען דאָס לעבן פֿון די „ייִדישע פֿאַרשװוּנדענע‟ בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור, װאָס מען שאַצט אין אַ פּאָר טויזנט. דאָס איז געמאַכט געװאָרן אין דער װאָך, װען אַרגענטינע דערמאָנט די 40 יאָר נאָך דעם, װען די אַרמיי האָט אַראָפּגעזעצט דעם פּעראָניסטישן רעזשים, דעם 24סטן מאַרץ 1976, און אָנגעהויבן ברוטאַלע רעפּרעסיעס.


דער ייִשובֿ באַערט די 29 קרבנות פֿונעם אַטענטאַט

דאָנערשטיק, דעם 17טן מאַרץ האָט דער ייִשובֿ באַערט די 29 קרבנות פֿונעם אַטענטאַט אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס, װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט 24 יאָר צוריק. דער ישׂראלדיקער דערציִונג־מיניסטער נפֿתּלי בענעט איז ספּעציעל געקומען קיין אַרגענטינע זיך צו באַטייליקן אינעם אַקט. ער האָט פֿאַר דעם זיך געטראָפֿן אין קהילה־בנין מיט די פֿאָרשטייערס פֿון די צענטראַלע אינסטיטוציעס און אונטערגעשטראָכן, אַז ישׂראל װעט שטענדיק זײַן גרייט מיטצוהעלפֿן אויסצופֿאָרשן ביידע אַטענטאַטן און ניסמאַנס טויט.


פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך „די קאָנסטרוקציע פֿון אַ קולטור פֿון װאָלונטאַריאַט…‟

דער אַמעריקאַנער ראַבינער טשאַרלעס סײַמאָן האָט באַזוכט בוענאָס־אײַרעס, און דער לאַטײַן־מעריקאַנער ראַבינער־סעמינאַר האָט אָרגאַניזירט אַן אָװנט, װוּ מען האָט פּרעזענטירט די איבערזעצונג פֿון זײַן בוך „די קאָנסטרוקציע פֿון אַ קולטור פֿון װאָלונטאַריאַט — דער זין פֿון באַדינונג בײַ ייִדן‟. זײַן לעקציע האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם, און איז געװען אַ סטימול פֿאַר דער אַרבעט, װאָס דער סעמינאַר פֿירט־דורך אין דער קהילה און אין אָרעמע געגנטן פֿון דער שטאָט און אין אינערן פֿון לאַנד.


סעמינאַר „געשיכטע פֿון דער פֿרוי‟

דער סעמינאַר „געשיכטע פֿון דער פֿרוי‟ איז דורכגעפֿירט געװאָרן אין דער געמיינדע „עמיחי‟ דעם 10טן און דעם 17טן מאַרץ. אָנגעפֿירט האָט די לעקציעס נאָראַ אַװרוך, אַ פּסיכאָלאָגין און אַ ייִדישע לערערין, װאָס האָט אַרומגענומען אַספּעקטן און באַציִונגען צו דער פֿרוי אין פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטן. דער תּנך און דער תּלמוד, די אָפּגעטינס, רמב״ם, סאָקראַטעס, אַריסטאָטעלעס, מוטערשאַפֿט, סעקס, משפּחח און דערציִונג זײַנען געװען טעמעס פֿונעם סעמינאַר, אויף װעלכן עס האָבן זיך באַטייליקט נישט נאָר פֿרויען.


די „דאַיאַ‟ פֿאַרדאַמט די אַטענטאַטן אין בעלגיע

דער ייִשובֿ האָט פֿאַרדאַמט די אַטענטאַטן אין בעלגיע. די „דאַיאַ‟ און די קהילה האָבן פּובליקירט דעקלאַראַציעס און אַ דעלעגאַציע האָט באַזוכט די בעלגישע אַמבאַסאַדע אין אַרגענטינע, און אויסגעדריקט דעם אַמבאַסאַדאָר די מיטלייד פֿון די ייִדן אין אַרגענטינע.