אַמאָל פֿלעגן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע רופֿן די קריסטלעכע איקאָנעס מיט אַ פּאָליטיש אומקאָרעקט וואָרט — „שמאַטעס‟. הײַנט טראָגט די יוגנט אַן אַנדער מין „איקאָנעס‟ — פֿון די באַליבסטע מיזיקער, אַקטיאָרן, פּאָליטישע טוער, ספּאָרטלער — אָפּגעדרוקט אויף אַן אינדוסטריעלן אופֿן אויף זייערע העמדלעך מיט קורצע אַרבל. עס טרעפֿן זיך אויך אַ סך שעפֿערישע ענטוזיאַסטן, וואָס באַצירן זייערע מלבושים אַליין.
דעם 1טן אַפּריל וועט זיך אינעם בנין פֿון דער ניו־יאָרקער „אַמעריקאַנער־ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט‟ פֿאַרענדיקן די אויסשטעלונג פֿון העמדלעך מיט אַ ייִדישלעכן טעם, וואָס טראָגט טאַקע דעם נאָמען „שמאַטעס‟. די אויסשטעלונג האָט זיך אָנגעהויבן אין דעצעמבער און האָט אַן אייגענע וועבזײַט, Shmattes.org. די ערשטע אויסשטעלונגען פֿון דער „שמאַטעס־קאָלעקציע‟ זענען פֿאָרגעקומען אין דרײַ אַנדערע שטאַטן, אין די אָרטיקע באַקאַנטע אוניווערסיטעטן. צום ערשטן מאָל ווערט די אויסשטעלונג, וואָס קאָן פֿאַראינטערעסירן די אָרטיקע ייִדישע סטודענטן, דורכגעפֿירט אין ניו־יאָרק.
אינעם יאָר 2013 האָט דער פֿאָרש־צענטער „פּיו‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קאָנטראָווערסאַלע דעמאָגראַפֿישע שטודיע, לויט וועלכער אַלץ מער יונגע ייִדן אין אַמעריקע זענען בלויז זייער אויבערפֿלעכלעך פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. עס קאָן זײַן, אַז זיי באַזוכן ישׂראל מיט דער נסיעה־פּראָגראַם „געבורט־רעכט‟, טרעפֿן זיך מיט מיידלעך דווקא אויף ייִדישע וועבזײַטן, עסן בייגל מיט לאַקס און באַטראַכטן וווּדי אַלענס פֿילמען ווי ייִדישלעכע, אָבער אויף דעם ענדיקט זיך זייער אינטערעס צו ייִדישע ענינים. אַזוי שילדערן דעם מצבֿ די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונ, ען גראַנט, געשאַפֿן ווי אַ קינסטלערישער ענטפֿער אויף דער דערמאָנטער שטודיע.
מע ווייסט, אַז אַ טייל אַמעריקאַנער ייִדן ווילן פּרינציפּיעל נישט זײַן מיטגלידער פֿון רעליגיעזע און קהילה־אָרגאַניזאַציעס. ווי אַזוי דריקן זיי אָבער אויס זייער פֿאַרבינדונג מיט ייִדן? ווען די שטודיע פֿונעם „פּיו‟־צענטער איז אַרויס, האָט גראַנט אָנגעהויבן זאַמלען העמדלעך מיט אָריגינעלע אויפֿשריפֿטן און בילדער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדן און ייִדישקייט. במשך פֿון אַ יאָר, האָט זי געפֿונען איבער 100 מוסטערן פֿון אַזאַ יוגנטלעכער קונסט. אָפֿטמאָל, איז עס טאַקע „שמאַטעס‟ — נישטיקע שטיקער שניט־סחורה, אָבער פֿאָרט אינטערעסאַנטע, וואָס ווערן אָפֿט צוגעטראַכט פֿאַר אַ בר־מיצווה אָדער ווי אַ קינסטלערישער פּראָיעקט. גראַנט מיינט, אַז אַזעלכע ווערק רעפּרעזענטירן גוט דעם מצבֿ פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט, וואָס האָט בלויז גאָר אַ שוואַכע פֿאַרבינדונג צו ייִדישקייט.
אויף דער אויסשטעלונג קאָן מען אויפֿן אָרט אָפּדרוקן אַ בילד אויף אַ העמדל. קומט זשע און באַקענט זיך מיט די „שמאַטעס‟, כּל־זמן זיי ווערן נאָך געוויזן אין ניו־יאָרק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.