הײַיאָר, האָט דער ישׂראלדיקער דזשאַז־מוזיקער לעאָניד פּטאַשקאַ געגרינדעט אַן אייגענע פּראָגראַם „צוגאַסט בײַ פּטאַשקאַ‟, וווּ די קולינאַרישע רעצעפּטן ווערן קאָמבינירט מיט מוזיקאַלישע אימפּראָוויזאַציעס אויפֿן נײַעם רוסיש־שפּראַכיקן אינטערנאַציאָנאַלן טעלעוויזיע־קאַנאַל ILand. אינעם צווייטן נומער פֿונעם קאַנאַל איז די אוקראַיִנישע עסטראַדע־זינגערין אירינאַ ראָזענפֿעלד אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש מיטן ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟ און געוויזן, ווי אַזוי זי גרייט צו קאַרטאָפֿל־לאַטקעס. במשך פֿון דער שעה־לאַנגער פּראָגראַם, האָט ראָזענפֿעלד אויך געזונגען אַ פּאָר אַלטע אַמעריקאַנער לידער אויף ענגליש.
ס׳איז קלאָר, אַז די זינגערין מאַכט נאָך דעם באַקאַנטן סטיל פֿון די שוועסטער בערי, וועלכע האָבן געזונגען ייִדישע לידער אינעם נוסח פֿון דער אַמעריקאַנער דזשעז־ און סווינג־מוזיק. הגם דער קאָמפּאָזיטאָר שלום סעקונדע, וועלכער האָט געשאַפֿן דאָס פּאָפּולערע ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟, האָט געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע, האָט ראָזענפֿעלד ליב צו זינגען אינעם דזשעז־סטיל ייִדישע און אוקראַיִנישע לידער.
פּטאַשקאַ איז געבוירן געוואָרן אין באַקו, אַזערבײַדזשאַן. אינעם יאָר 1981 איז ער געוואָרן דער ערשטער סאָוועטישער געווינער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן דזשעז־קאָנקורס אין פּוילן; אָנגעהויבן כּסדר אויפֿטרעטן מיט קאָנצערטן אַרום דער וועלט, און אינעם יאָר 1990 אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ אים האָט זיך, ביסלעכווײַז, אײַנגעגעבן צו פּאָפּולאַריזירן דעם דזשעז־סטיל. ווען ער האָט זיך באַזעצט אין אַשדוד, איז דזשעז דאָרטן, צוערשט, געווען אומבאַקאַנט. אין אַמעריקע איז ער באַוווּסט ווי איינער פֿון די בעסטע דזשעז־מוזיקאַנטן.
ראָזענפֿעלד איז אַ באַקאַנטע יונגע 27־יאָריקע אוקראַיִנישע זינגערין, קאָמפּאָזיטאָרין און אַקטריסע, אַ לאַורעאַטין פֿון צענדליקער אָרטיקע און אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן. מיט אַ יאָר צוריק איז זי אַוועקגעפֿאָרן פֿון אוקראַיִנע קיין ישׂראל, וווּ זי זינגט איצט אויף רוסיש, ייִדיש, ענגליש און העברעיִש.
ראָזענפֿעלד שטאָלצירט מיט איר שײַכות צו דער אַלטער שטאָט קערטש, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן און האָט ביז לעצטנס געוווינט. נישט געקוקט אויף דער מהומה מיטן פּאָליטישן איבערקערעניש און דעם באַוואָפֿנטן קאָנפֿליקט אינעם ראַיאָן, בלײַבט אין קערטש אַ קליינע ייִדישע קהילה פֿון עטלעכע הונדערט נפֿשות. די אוראַלטע שטאָט אויפֿן שוואַרצן ים, דער אַמאָליקער צענטער פֿונעם גריכישן מלכות באָספֿאָר, געפֿינט זיך אויפֿן האַלב־אינדזל קרים; אינעם יאָר 2014 איז עס אַריבער אונטערן רוסלענדישן קאָנטראָל.
די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַוויזן אין דער דאָזיקער פּאָרט־שטאָט, באַקאַנט אין דער אַלט־גריכישער תּקופֿה ווי פּאַנטיקאַפּיי, מיט איבער 2,000 יאָר צוריק. אינעם 8טן יאָרהונדערט, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה געבליט דאָרט אונטער דער כּוזרישער מאַכט. אין דער שטאָט געפֿינט זיך אַן אינטערעסאַנטער ייִדישער מוזיי. אַלכּסנדר ראָזענפֿעלד, דער טאַטע פֿון דער זינגערין, פֿירט אָן מיט דער אָרטיקער רעפֿאָרמער שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.