ס׳האָט געדויערט 300 יאָר, אָבער הײַנט האָבן די 6,400 ייִדישע אײַנוווינער פֿון שאָטלאַנד זייער אייגענעם טאַרטאַן, גיט איבער אַ באַריכט אין דער בריטישער צײַטונג, „דיילי מייל‟. טאַרטאַן איז די געקעסטלטע וואַרע, וואָס די שאָטלענדער טראָגן אויף אָפֿיציעלע און נאַציאָנאַלע פֿײַערונגען הרבֿ מענדל דזשייקאָבס, אַ שאָטלענדיש־געבוירענער רבֿ, וואָס וווינט דאָרט ביזן הײַנטיקן טאָג, האָט אָנגעהויבן דעם פּראָצעס צו שאַפֿן אַן אָפֿיציעלע געקעסטלטע סחורה, כּדי די אָרטיקע ייִדן זאָלן קענען טאַנצן דעם נאַציאָנאַלן „דזשיג‟, טראָגנדיק אַ „קילט‟ (דאָס שאָטלענדישע האַלבע קליידל) מיט אַ ייִדישן טעם.
די פֿאַרבן, דאָס געוועב און די צאָל פֿעדעמער אינעם מוסטער האָט מען אויסגעקליבן לויט זייער וויכטיקייט אין דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע. די הויפּטקאָלירן זענען בלאָ און ווײַס (די פֿאַרבן סײַ פֿון דער ישׂראלדיקער, סײַ פֿון דער שאָטלענדישער פֿאָן), און די צענטראַלע גאָלדענע ליניע רעפּרעזענטירט דאָס גאָלד פֿונעם אָרון אינעם מישכּן, ווי עס ווערט באַשריבן אין חומש.
דאָס זילבערנע קאָליר רעפּרעזענטירט די זילבערנע באַצירונג פֿון דער ספֿר־תּורה, און דאָס רויטע — דעם ווײַן אויף קידוש. דער הויפּט־מאָטיוו באַשטייט פֿון זיבן ליניעס, און די גרענעץ־ליניעס — פֿון דרײַ ליניעס, ווײַל ביידע ציפֿערן, 7 און 3, האָבן אַ וויכטיקן באַטײַט אין דער ייִדישער רעליגיע.
די נײַע ייִדישע סחורה פֿאָלגט אויך די דינים פֿון שעטנז, וואָס פֿאַרווערט צו טראָגן קליידער, וועלכע באַשטייען פֿון וואָל און פֿלאַקס צוזאַמען. לויט די היסטאָרישע דאָקומענטן, האָט דער ערשטער ייִד אין שאָטלאַנד זיך באַזעצט אין דער שטאָט עדינבורג אין 1691, אָבער ס׳רובֿ פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג שטאַמט פֿון די אימיגראַנטן, וואָס זענען אָנגעקומען אין די 1890ער, ווען די שאָטלענדישע טראַנספּאָרטאַציע־פֿירמעס האָבן געפֿירט ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע קיין אַמעריקע. אויפֿן וועג האָבן טויזנטער ייִדן זיך אָפּגעשטעלט אין דער שאָטלענדישער שטאָט גלאַזגאָ און באַשלאָסן זיך גיכער באַזעצן דאָרט, איידער פֿאָרן ווײַטער קיין ניו־יאָרק — בפֿרט נאָך דעם ווי אַ צאָל שאָטלענדיש־ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך אונטערגענומען צו באַזאָרגן זיי מיט וווינונגען, געזונט־באַהאַנדלונג, דערציִונג און שפּײַז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.