דעם 29סטן מאַרץ האָט זיך אויף דער וועבזײַט פֿון „פֿאָקסניוז‟, אינעם וויסנשאַפֿטלעכן אָפּטייל, באַוויזן אַ טשיקאַווער אַרטיקל פֿון מײַקל קייסי, וועלכער באַמערקט, אַז די נײַעס וועגן אַ מעגלעכן אומבאַקאַנטן מאַסיוון אָביעקט אין אונדזער זון־סיסטעם האָבן אַרויסגערופֿן אַ נײַעם אינטערעס אין דער מיטאָלאָגיע אַרום דעם אויסגעטראַכטן פּלאַנעט „ניבירו‟.
נישט לאַנג צוריק, האָבן צוויי אַסטראָנאָמען, קאָנסטאַנטין באַטיגין און סקאָט בראַון, אָנגעוויזן דעם טייל פֿונעם הימל, וווּ עס קאָן זיך געפֿינען אַ נײַער פּלאַנעט, בערך 10 מאָל שווערער ווי די ערד. זיי האָבן באַטראַכט די אַנאָמאַליעס אין די אָרביטן פֿון אַנדערע ווײַטע אָביעקטן, וואָס דרייען זיך אַרום דער זון, און געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז עפּעס אַן אַנדער שווערער אָביעקט מוז אויף זיי ווירקן מיט זײַן צוצי־קראַפֿט. לויט זייער חשבון, מאַכט דער אומבאַקאַנטער פּלאַנעט אַ גאַנצן קרײַז אַרום דער זון במשך פֿון 15,000 יאָר און געפֿינט זיך אַזוי ווײַט, אַז ביז הײַנט האָט מען עס נישט באַמערקט, ווײַל מע דאַרף וויסן, וווּ צו קוקן אין אַ שטאַרקן טעלעסקאָפּ פֿונעם צפֿונדיקן האַלב־קײַלעך (Hemisphere).
דעם 30סטן מאַרץ, האָט די וויסנשאַפֿטלעכע וועבזײַט Phys.org פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן אַ פּענסיאָנירטן אַסטראָנאָם מיטן נאָמען דעניאל ווײַטמער, וועלכער גלייבט, אַז דער אומבאַקאַנטער פּלאַנעט טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער מאַסן־פֿאַרשווינדונג פֿון די דינאָזאַווערס. לויט זײַן השערה, דערנענטערט זיך דער מיסטעריעזער אָביעקט יעדע 27 מיליאָן יאָר צו דער ערד, ברענגענדיק צרות פֿון אַן אַפּאָקאַליפּטישן מאַסשטאַב. זײַן טעאָריע האָט ער אָבער פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אינעם יאָר 1985, באַגרינדעט אויף ריין טעאָרעטישע השערות. לויט די נײַע קאָנקרעטע חשבונות באַקומט זיך, אַז דער פּלאַנעט בלײַבט אַלעמאָל גאָר ווײַט פֿון אונדז און קאָן נישט ממשותדיק ווירקן אויפֿן ערדישן לעבן.
נאָך פֿריִער, אין יאַנואַר, האָט איינע אַ ייִדישע מחברטע, רבֿקה לאַמבערט־אַדלער, פּובליקירט אַן אַפּאָקאַליפּטישע טעאָריע, לויט וועלכן דער נבֿיא צפֿניה האָט שוין פֿאָרויסגעזאָגט די צוקונפֿטיקע קאַטאַסטראָפֿע, וואָס דער ווײַטער פּלאַנעט וועט ברענגען. אין איר אַרטיקל דערמאָנט זי דעם קאָנטראָווערסאַלן שרײַבער זכריה סיטשין, וועלכער האָט געגלייבט, אַז אויפֿן ווײַטן קאָסמישן אָביעקט, וואָס קומט נאָענט צו אונדז יעדע 3,600 יאָר, וווינען שׂכלדיקע באַשעפֿענישן, וואָס ווערן אין דער תּורה אָנגערופֿן „נפֿילים‟.
סיטשין, אַ געבוירענער אינעם סאָוועטישן אַזערבײַדזשאַן, איז דערצויגן געוואָרן אין דער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע, געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט אין ישׂראל און זיך שפּעטער באַזעצט אין ניו־יאָרק. אויפֿן סמך פֿון די ייִדישע מדרשים און אַלט־שומערישע לעגענדעס, האָט ער אויסגעטראַכט אַן אייגענע גאַנץ פּרטימדיקער מיטאָלאָגיע, לויט וועלכער די פֿרעמד־פּלאַנעטישע באַשעפֿענישן האָבן מיט 450,000 יאָר באַזוכט אונדזער פּלאַנעט, זוכנדיק גאָלד און אַנדערע מינעראַלן אין אַפֿריקע, און זענען געבליבן אינעם מענטשלעכן זכּרון ווי „געטער‟ אָדער געפֿאַלענע מלאָכים, הגם למעשׂה זענען זיי געווען בלויז פּשוטע מיטגלידער פֿון אַ קאָסמישער עקספּעדיציע.
סיטשינס ווערק האָבן אויסגענומען און זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף 20 שפּראַכן, ווײַל זיי לייענען זיך ווי פֿאַרכאַפּנדיקע פֿאַנטאַסטישע מעשׂיות. דער ברודער פֿונעם שרײַבער, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אין 2010, באַמערקן אָבער, אַז סיטשינס שילדערונג פֿון „ניבירו‟ קומט אין סתּירה מיט די חשבונות וועגן דעם קאָנקרעטן היפּאָטעטישן נײַעם פּלאַנעט.
אַזוי צי אַזוי, האָבן די סענסאַציאָנעלע השערות וועגן סיטשינס טעאָריעס זיך איצט דערקײַקלט ביז „פֿאָקסניוז‟. ס׳זעט אויס, אַז צוליב דעם דאָזיקן קאָנטראָווערסאַלן ייִדישן מחבר, ווערן אין דער וועלט ווידער פּאָפּולער מעשׂיות וועגן די „פֿליִענדיקע טעלערס‟. סיטשין האָט געגלייבט, אַז דער נבֿיא יחזקאל באַשרײַבט זיי אינעם תּנ״ך. אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט האַלט מען אָבער זײַנע השערות ווי אויסטערלישע פֿאַנטאַזיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.