ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

דער אַרגענטינער לאַורעאַט פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע, אַדאָלפֿאָ פּערעז־עסקיװעל (רעכטס); מאַרװאַן באַרגוטי (לינקס)
דער אַרגענטינער לאַורעאַט פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע, אַדאָלפֿאָ פּערעז־עסקיװעל (רעכטס); מאַרװאַן באַרגוטי (לינקס)

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published March 31, 2016, issue of April 29, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ ייִדיש בוך — אַ מתּנה פֿאַר אָבאַמאַ

די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט איבערגעגעבן דער סעקרעטאַרשע פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקע, ראָבערטאַ זשאַקאָבסאָן אַ מתּנה פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. דאָס איז געװען אַ ייִדיש בוך לידער, װאָס איז אָפּגעראַטעװעט געװאָרן פֿון די חורבֿות נאָכן אַטענטאַט פֿון 18טן יולי 1994. „מיר זײַנען מיט אײַך אין דער זוכעניש פֿון יושר און אמת‟, האָט געזאָגט אָבאַמאַס פֿאָרשטייערין.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה, טאָמי סאַיעג, האָט דערקלערט דאָס װערט פֿון בוך: „דאָס בוך רעפּרעזענטירט די, װעלכע האָבן געקענט איבערלעבן דעם אַטענטאַט, און װאָס װאַרטן נאָך אויף יושר. זכּרון און יוסטיץ זײַנען די פֿאָדערונגען פֿון דער אַרגענטינער געזעלשאַפֿט, און מיר װילן בײַ דער געלעגנהייט אַרײַנציִען די דעמאָקראַטישע װעלט אין קאַמף קעגן טעראָריזם. די מתּנה סימבאָליזירט אַ מאָמענט, װאָס די װעלט טאָר נישט פֿאַרגעסן‟.

דאָס בוך איז איבערגעגעבן געװאָרן מיר דער װידמונג: „דאָס בוך איז געװען אין מיטן אויפֿרײַס. עס איז אַן עדות פֿון דעם שוידער. דאָס בוך פֿאָדערט יוסטיץ און מען זאָל נישט פֿאַרגעסן דאָס, װאָס עס איז געשען. פּרעזידענט אָבאַמאַ: איך בין אַ בוך ייִדישע לידער, װאָס נחמה לערער האָט פּובליקירט אין 1948. דעם 18טן יולי 9:53 אַ זייגער האָט זיך מײַן לעבן געענדערט. פֿאַר דער דאַטע האָב איך דערציילט איין געשיכטע, און איצט דערצייל איך אַן אַנדערע. איך בין אַ לעבן־געבליבענער פֿון דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה, װאָס האָט איבערגעלאָזט 85 טויטע און איבער 300 פֿאַרװוּנדעטע. איך בין געװען אַ טייל פֿון דער ביבליאָטעק פֿון ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט־ייװאָ, און אַ גרופּע יוגנטלעכע, װאָלונטירן, האָט מיך אָפּגעראַטעװעט. זיי האָבן געאַרבעט, כּדי אָפּצוראַטעװען די קולטור־ירושה, װאָס דער טעראָריזם האָט אויך געװאָלט צעשטערן. איצט בין איך אין אײַערע הענט. דערציילט דער װעלט מײַן געשיכטע, כּדי דאָס זאָל זיך נישט איבערחזרן.‟


אַ פֿאָרלייג צוצוטיילן דעם נאָבעל־פּריז צום טעראָריסט באַרגוטי

דער אַרגענטינער לאַורעאַט פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע, אַדאָלפֿאָ פּערעז־עסקיװעל, װעלכער האָט באַקומען די אויסצייכענונג אין 1980 פֿאַר זײַן אַרבעט לטובֿת דער דעמאָקראַטיע און זײַן קאַמף קעגן די לאַטײַן־אַמעריקאַנער דיקטאַטורן, האָט דערשטוינט מיט זײַן פֿאָרשלאָג, אַז מאַרװאַן באַרגוטי, דער מערדער, װאָס איז פֿאַרמישפּט געװאָרן אויף אייביקער תּפֿיסה און זיצט אין ישׂראל, זאָל באַקומען הײַיאָר די נאָבעל־פּרעמיע. ער איז דער, װאָס האָט פּלאַנירט פֿון דער תּפֿיסה די „אינטיפֿאַדע‟ מיט מעסערשטעך. די „דאַיאַ‟ האָט באַלד רעאַגירט.


דער ישׂראל־פֿילם „עמעצער מיט װעמען צו לויפֿן‟

דינסטיק, דעם 22סטן מאַרץ איז אין דעם ציקל ייִדישע פֿילמען געװיזן געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס דער ישׂראלדיקער פֿילם „עמעצער מיט װעמען צו לויפֿן‟. דער פֿילם, באַזירט אויף אַ ראָמאַן פֿון דוד גראָסמאַן, האָט באַקומען 12 פּרעמיעס, און דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון אַ פּאָרל אין ירושלים. ליבע, פֿרײַנדשאַפֿט און הײַנטצײַטיקע קאָנפֿליקטן זײַנען די טעמעס פֿונעם פֿילם, וווּ אויך אַ הונט וואָס שפּילט אַ װיכטיקע ראָלע.


אַ פֿאַרזאַמלונג צו שאַפֿן אַ צווישן־רעליגיעזן פֿאָרום

דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט לאַ פּלאַטאַ האָט אויפֿגענומען מיטװאָך דעם 23סטן מאַרץ אַ דעלעגאַציע פֿון ייִדישן לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנגרעס און פֿון דער „דאַיאַ‟, פֿאָרשטייערס פֿון קריסטלעכע רעליגיעס און פֿון איסלאַמישע אינסטיטוציעס, צו שאַפֿן אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס אַ פֿאָרום פֿאַר דעם אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג; און אַז די פּלאַנירטע אַרבעטן זאָלן זײַן אַ בײַטראָג פֿאַר אַ בשלומדיקן צוזאַמענלעבן אין דער שטאָט. די טעטיקייטן װעלן דורכגעפֿירט װערן, דער עיקר, אויפֿן דערציִערישן געביט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, װאָס אַ לאָקאַלע רעגירונג װענדט אָן די אַרגענטינער דערפֿאַרונג, װאָס װערט געלויבט אין אינטערנאַציאָנאַלע צוזאַמענקומען.


אַ נײַער קער אין ניסמאַנס ענין

די ריכטערס פֿון דער קאַמער, װאָס פֿאָרשט קרימינאַלע פֿאַרברעכנס, האָט זיך אַרויסגעזאָגט איינשטימיק, אַז דער טויט פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן זאָל אַריבערגיין צו פֿעדעראַלע ריכטערס. דאָס מיינט, אַז זי צװינגט אַרײַננעמען אין דער אויספֿאָרשונג די מעגלעכקייט מען זאָל האָבן דערמאָרדעט דעם פּראָקוראָר, װאָס האָט אָנגעקלאָגט די געװעזענע פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנע. זי האָט אויר רעקאָמענדירט מען זאָל אויספֿאָרשן די פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿיין פֿאַר איר אומדערטרעגלעכער אַקטויִרונג אין איר אַרבעט. ניסמאַנס געװעזענע פֿרוי האָט אויסגעדריקט איר צופֿרידנקייט.


אַ לעקציע וועגן די געראַטעוועטע קינדער בעתן חורבן

דינסטיק, דעם 29סטן איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע אין דער „פֿראַנצייזישער אַליאַנץ‟ קאַטי חזן, אַ פֿראַנצייזישע פֿאָרשערין, װאָס איז פֿאַרבעטן געװאָרן ספּעציעל צו רעדן װעגן אירע פֿאָרשונגען װעגן די ייִדישע קינדער בעת און נאָכן חורבן. שוידערלעכע און דערפֿרייענדיקע עפּיזאָדן זײַנען פֿירגעבראַכט געװאָרן פֿון דער היסטאָריקערין, װאָס האָט נאָך איר לעקציע געענטפֿערט אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם. אָנגעפֿירט מיטן אָװנט האָבן די פּסיכאָלאָגן דיאַנאַ װאַנג, פֿאָרזיצערין פֿון „צװייטן דור שארית הפּליטה‟ און די סאָציאָלאָגין העלען גוטקאָװסקי, מיטגליד פֿון „צװייטן דור פֿון דער שארית־הפּליטה‟, און איינע פֿון די קינדער, װאָס איז אויסבאַהאַלטן געװאָרן אין פֿראַנקרײַך בעתן קריג.