אינעם קאַליפֿאָרניע־אוניווערסיטעט, אין לאָס־אַנדזשעלעס, וועט אין אַפּריל פֿאָרקומען אַ גאַנצע סעריע ייִדיש־אונטערנעמונגען.
דעם 10טן אַפּריל וועלן אינעם אָרטיקן קלוב „הלל‟ אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט אַ גאַנצע ריי פּראָמינענטע כּלי־זמרישע מוזיקער, אַרײַנגערעכנט יעיל סטראָם און זײַן גרופּע „האָט פּסטראָמי‟, מיישקע אַלפּערט, דזשודי ברעסלער, ענטאָני ראָסעל און עליזאַבעט שוואַרץ, מיטן אַקאָמפּאַנימענט פֿון נאָרבערט סטייטשעל און פּיטער סטען.
סטראָם, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿילדער, קאָמפּאָזיטאָר, רעזשיסאָר, שרײַבער און דראַמאַטורג, וועט באַקענען דעם עולם מיט די ווערק פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט שמואל פּאָלאָנסקי (1902—1955). מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט זײַן גרופּע אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם פֿון סאָוועטישע לידער אויף ייִדיש מיטן נאָמען „אַ שטאָט פֿון דער צוקונפֿט‟, בשותּפֿות מיט עטלעכע פֿון די זעלבע מיזיקער, וואָס וועלן זיך באַטייליקן אינעם קומענדיקן קאָנצערט.
פּאָלאָנסקי איז געווען אַ רעלאַטיוו אומבאַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר, וועלכער האָט אין די 1930ער יאָרן געשאַפֿן 19 לידער, וואָס זענען אַרײַן אין אַ בוך פֿאַר אַ קינדער־כאָר. סטראָם האָט אַראַנזשירט די דאָזיקע לידער אויף אַן עקספּערימענטאַלן חידושדיק אופֿן. פֿאַקטיש, שטעלן מיט זיך פֿאָר זײַנע אַראַנזשירונגען נײַע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען אופֿן סמך פֿונעם אָריגינאַל. אין פֿאַרגלײַך מיט פּאַלאָנסקיס טיפּישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאָטיוון, קלינגען די נײַע ווערסיעס פֿון זײַנע ווערק בפֿירוש מאָדערן און האָבן אַ קלאָרן טעם פֿון דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער מוזיק.
פֿונעם 17טן ביזן 20סטן אַפּריל וועט דער באַקאַנטער ייִדיש־מומחה הירשע־דוד כּ״ץ פֿון ווילנע אויפֿטרעט מיט אַ סעריע אָפֿענע לעקציעס. דעם 17טן אַפּריל וועט ער דערציילן, ווי אַזוי אַזאַ שפּראַך ווי ייִדיש, וואָס זעט אויס „עקזאָטיש‟ אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, געוואָרן איינע פֿון די מעכטיקסטע מיטלען פֿון סאָציאַלע, פּאָליטישע און אינטעלעקטועלע כּוחות בײַ מעכטיקע מאַסן־באַוועגונגען.
אין דער צווייטער לעקציע, וועט כּ״ץ באַטראַכטן דעם גורל פֿון ייִדיש אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. די לעצטע לעקציע וועט געווידמעט ווערן די מעטאָדן, וואָס דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די מינאָריטעט־קולטורן אין מיזרח־אייראָפּע; כּ״ץ וועט אויסנוצן ייִדיש ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ רעקאָנסטרוקציע. די לעקציעס ווערן געשטיצט דורכן צענטער פֿון רוסישע און אייראָפּעיִשע שטודיעס, ווי אויך דורכן אָפּטייל פֿון גערמאַנישע שפּראַכן בײַם קאַליפֿאָרניע־אוניווערסיטעט.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז דער „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור‟ פֿירט כּסדר דורך זײַנע אייגענע אונטערנעמונגען אין דער שטאָט, מיט דער הילף פֿון די זעלבע אָפּטיילן פֿונעם אוניווערסיטעט. צום בײַשפּיל, וועט דעם 30סטן אַפּריל, שבת, פֿאָרקומען אַ „ייִדיש־קידוש‟ אין דער אָרטיקער שיל „אַהבֿת־תּורה‟.
יעדן זונטיק טרעפֿט זיך אין לאָס־אַנדזשעלעס אויך דער „קאָלעקטיוו פֿון ייִדיש־קולטור‟ — אַ גרופּע אַקטיוויסטן, וואָס פּרוּווט צו פֿאַראייניקן אַלע מינים מענטשן, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער שפּראַך, קולטור, געשיכטע, מאכלים און אַלע אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישקייט. אין דער אינטערנעץ־רשימה פֿונעם קאָלעקטיוו האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן 198 מיטגלידער. די אַקטיוויסטן שטרײַכן אונטער, אַז זיי באַגריסן אַלעמען, פֿון די ליובאַוויטשער חסידים ביז די וועלטלעכע טוער פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟. אין אַפּריל וועלן פֿאָרקומען פֿיר באַגעגענישן פֿאַר פֿליסיקע ייִדיש־רעדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.