דעם 6טן אַפּריל וועט אין דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק פֿאָרקומען אַן אָוונט אין שלום־עליכמס אָנדענק. אין שײַכות מיטן 100־יאָריקן יאָרצײַט פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, וועלן דרײַ באַקאַנטע אַקטיאָרן פֿאָרלייענען אויף ייִדיש און ענגליש זײַנע „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟.
די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען 6:30 אַזייגער אין דער „סעלעסטע־אוידיטאָריע‟ בײַם הויפּט־בנין פֿון דער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען סטיווען שוואַרצמאַן, צווישן דער 42סטער גאַס און דעם 5טן עוועניו אין מאַנהעטן.
שיין בייקער, איינער פֿון די בעסטע אַקטיאָרן אויף דער הײַנטיקער ייִדיש־סצענע, און דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, איז אויך אַ טאַלאַנטירטער רעציטאַטאָר. איצט קומט ער צוריק קיין ניו־יאָרק פֿון פּאַריז, וווּ ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון וולאַדימיר אין זײַן אייגענער איבערזעצונג פֿון סעמועל בעקעטס פּיעסע „וואַרטן אויף גאָדאָ‟. מיטן „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟, האָט מען שוין געשפּילט די פּיעסע אויף בראָדוויי און אַרום דער וועלט. „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט באַמערקט, אַז דער ייִדישער וואַריאַנט האָט זיך אַפֿילו באַקומען ביטערער, ווי בעקעטס אָריגינאַל.
נישט זײַענדיק קיין ייִד, איז בייקער איינער פֿון די אַקטיווסטע ייִדישיסטן אין דער הײַנטיקער וועלט. איצט העלפֿט ער צוצוגרייטן אונטערנעמונגען לכּבֿוד שלום־עליכמס 100טן יאָרצײַט אין ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ און מעלבורן.
אַלען לויִס ריקמאַן איז אַן אַנדער באַקאַנטער אַקטיאָר, דראַמאַטורג און רעזשיסאָר. דער פֿילם A Serious Man („אַן ערנסטער מענטש‟), די קאָמישע און פֿינצטערע דראַמע וועגן אַ זיך־גטנדיק פּאָרפֿאָלק, וואָס די „ברידער כּהן‟ האָבן געשאַפֿן אין 2009, הייבט זיך אָן מיט אַן אויסטערלישער סצענע אויף ייִדיש, וווּ ריקמאַן פֿירט אויס די ראָלע פֿון וועלוול, אַ ייִד אין אַ מיזרח־אייראָפּעיִש שטעטל, וואָס פֿאַרבעט צו זיך אַהיים אַ דיבוק. ריקמאַן האָט אויך רעזשיסירט די ייִדיש־איבערזעצונג פֿון דער קאָמישער אָפּערע „די פּיראַטן פֿון פּענזאַנס‟, וועלכע האָט אויסגענומען אויף בראָדוויי און אין אַנדערע חשובֿע ערטער. זײַנע אייגענע פּיעסעס זענען געשטעלט געוואָרן, אַחוץ אַמעריקע, אין אַ גאַנצער ריי אייראָפּעיִשע לענדער.
די אַקטריסע יעלענאַ שמולענסאָן איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע. ווען זי האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, אינעם יאָר 1993, האָט זי זיך פֿאַרנומען מיט דער טעאַטראַלישער קונסט און איז באַקאַנט אין פֿאַרשיידענע קאָמישע ראָלעס אויף בראָדוויי, אינעם ייִדישן טעאַטער „פֿאָלקסבינע‟, און אין אַ ריי טעלעוויזיע־ און קינאָ־פֿילמען. אינעם דערמאָנטן פֿילם פֿון די „ברידער כּהן‟ טרעט זי אויף אין דער ראָלע פֿון דאָרע, וועלוולס איבערגעשראָקענע פֿרוי.
דער ייִדישער אָפּטייל פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק גיט איבער אינעם אַנאָנס פֿון דער אונטערנעמונג, אַז מיט דרײַ אַזעלכע פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן וועלן די צוקוקער מיט פֿאַרגעניגן זיך צוהערן צו שלום־עליכמס באַקאַנטע הומאָריסטישע מעשׂיות וועגן באַן־נסיעות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.