אַ נס אויפֿן „דן‟־אויטאָבוס 4

A Miracle on Dan Bus 4


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 03, 2016, issue of April 29, 2016.

ס׳איז געווען אַ הייסער טאָג אין יולי 1951. איך בין געווען אין תּל־אָבֿיבֿ און ס׳איז געווען צו הייס צו שפּאַצירן. איך האָב געכאַפּט דעם „דן‟־אויטאָבוס נומער 4 אויפֿן ראָג פֿון בן־יהודה און גורדון.

דער אויטאָבוס איז געווען אָנגעפּאַקט און ס׳איז ניט געווען קיין ליידיק אָרט. איך האָב געדאַרפֿט שטיין לעבן אַ פֿרוי פֿון תּימן מיט אַ לעבעדיקער הון אונטערן פֿאַרטעך.

מענטשן האָבן געשמועסט און דיסקוטירט מיט ברען די פֿאַרלאָפֿענע געשעענישן פֿון טאָג, יעדער איינער גיבנדיק זײַן אייגענעם פּירוש אויפֿן פּאָליטישן מצבֿ. ווי עס פֿירט זיך אין ישׂראל, האַלט יעדער איינער, אַז ער ווייסט דאָך אַן אויטענטישן קוואַל פֿון „אינערלעכער אינפֿאָרמאַציע‟. איינער זאָגט אַז „איך האָב אַ קוזין אין דער פּאָליציי און ער האָט מיר געזאָגט אַזוי…‟ עמעצער ענטפֿערט אים אָפּ אַז „דאָס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל. מײַן שכנס זון דינט אין אַרמיי און ער האָט אונדז געזאָגט, אַז…‟ און פֿונעם הינטערשטן טייל פֿונעם אויטאָבוס האָט עמעצער אויסגעשריגן: „וועמען אַרט עס? גאָרניט וועט זיך בײַטן‟.

יעדעס מאָל וואָס דער אויטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט זענען אַרויסגעגאַנגען פּאַסאַזשירן און אַרײַנגעקומען נײַע. איך האָב געכאַפּט אַ זיץ־אָרט אין מיטן אויטאָבוס.

בעת מיר האָבן זיך דערנענטערט צו אַן אַנדער ראָג (איך געדענק ניט וועלכער), זענען אָנגעקומען דרײַ אָדער פֿיר נײַע פּאַסאַזשירן. אַן עלטערע פֿרוי האָט אַרײַנגעלייגט אַ פּאָר מטבעות, און דערזעענדיק דעם שאָפֿער, אויסגעשריגן אויף ייִדיש: „משהלע, משהלע, משהלע מײַן קינד!‟

דער שאָפֿער האָט אָפּגעשטעלט דעם אויטאָבוס, אַ קוק געטאָן אויף דער אַלטער פֿרוי און אַרויסגעשריגן: „מאַמע, מאַמע, דאָס ביסטו טאַקע?‟

זיי זענען ביידע געווען שארית־הפּליטהניקעס פֿון פּוילן און האָבן געמיינט, אַז דער צווייטער איז געהאַט אומגעקומען.

שפּרינגענדיק אַרויף פֿון זײַן שטול האָט דער שאָפֿער אַרומגעכאַפּט זײַן לאַנג־פֿאַרלוירענע מאַמע און ביידע האָבן זיך געהאַלדזט און זיך צעוויינט.

די פּאַסאַזשירן האָבן זיי אַפּלאָדירט און אַ פּאָר האָבן אויך געלאָזט אַ טרער. איין פּאַסאַזשיר האָט פֿאַרלאָזט דעם אויטאָבוס און אָפּגעשטעלט אַ צווייטן, כּדי יענער שאָפֿער זאָל אָנקלינגען דער אויטאָבוס־פֿירמע, איבערשיקן אַ במקום־שאָפֿער.

קיינער האָט ניט פֿאַרלאָזט דעם אויטאָבוס. נאָך אַ האַלבער שעה איז אָנגעקומען דער במקום. די פּאַסאַזשירן וואָס זענען געזעסן גלײַך הינטערן שאָפֿער האָבן זיך אויפֿגעהויבן, כּדי דער גליקלעכער שאָפֿער זאָל קענען זיצן מיט דער מאַמען. ביידע האָבן נאָך אַלץ געוויינט.

ווען דער שאָפֿער און זײַן מאַמע האָבן פֿאַרלאָזט דעם אויטאָבוס האָבן די ייִדיש־רעדנדיקע אַרויסגעשריגן: „מזל־טובֿ, מזל־טובֿ, צו געזונט, אַ סך נחת!”

איך האָב קיינמאָל ניט געוווּסט, וווּהין זיי זענען געגאַנגען — מסתּמא צו באַזוכן דעם שאָפֿערס היים, די מאַמע זאָל זיך באַקענען מיט זײַן פֿרוי און איר נײַעם אייניקל.

ס׳איז טאַקע געווען אַ הייסער טאָג אין יולי 1951,. אָבער איך וועל יענעם נס אינעם „דן‟־אויטאָבוס נומער 4 קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן.