די ברוקלינער געגנט „רעד־הוק‟ איז לעצטנס געוואָרן, כאָטש טייל־צײַטיק, אַ צענטער פֿון דער הײַנטיקער קלעזמער־מוזיק — אַ דאַנק דעם, וואָס די „ניו־יאָרקער קלעזמער־סעריע‟ האָט זיך לעצטנס אַרײַנגעצויגן אינעם „דזשאַלאַפּי־טעאַטער‟.
יעדן דאָנערשטיק, 6:30 אין אָוונט, פֿירט אַהרן אַלכּסנדר אָן מיט אַ וואַרשטאַט פֿאַר קלעזמער, כּדי זיי זאָלן קענען זיך אויסלערנען די נואַנסן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק. נאָך די וואַרשטאַטן טרעטן אויף באַקאַנטע קלעזמאָרים מיט ספּעציעלע קאָנצערטן.
דעם 7טן אַפּריל וועלן די קאַפּעליעס „פֿאָרשפּיל‟ און „אינדזל פֿון קלעזבאָס‟ פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט. „פֿאָרשפּיל‟, וואָס באַשטייט פֿון דער זינגערין סאַשע לוריא און דעם מוזיקער איליע שנייווײַס (ביידע לכתּחילה פֿון ריגע, לעטלאַנד) שטעלט פֿאָר באַקאַנטע ייִדישע לידער געזונגען אין אַ טראַדיציאָנעלן סטיל צונויפֿגעמישט מיט „פּסיכאָדעלישער‟ ראָק־מוזיק. מחוץ דעם זינגען וועט סאַשע לוריא אויך שפּילן אויפֿן „אוקאַלעלי‟; איליע שנײַווײַס וועט זי באַגלייטן אויפֿן קלאַוויר און גיטאַר, ווי אויך אָנפֿירן מיט די ספּעציעלע עפֿעקטן, וואָס זענען אַ וויכטיקער טייל פֿונעם „פּסיכאָדעלישן ראָק‟.
די קאַפּעליע „אינדזל פֿון קלעזבאָס‟, אָנגעפֿירט פֿון דער פּײַקלערין איוו סיקולאַר, מישט צונויף טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער מיט נײַע קאָמפּאָזיציעס אין אַ ברייטער גאַמע פֿון זשאַנערן, וואָס נעמען אַרײַן פֿאָלקטענץ, „מיסטישע מעלאָדיעס‟, „סווינג‟, „טאַנגאָ‟ און סאָוועטישע טרינק־לידער. אַחוץ איוו סיקולאַר שפּילן אין דער קאַפּעליע דעבראַ קרײַזבערג (קלאַרנעט, סאַקסאָפֿאָן), פּעם פֿלעמינג (טרומייט) און שאָקאָ נאַגײַ (אַקאָרדעאָן, פּיאַנע).
דעם 14טן אַפּריל וועט מען מאַכן אַ טאַנץ־אָוונט בײַם „דזשאַלאַפּי‟ מיטן טרומייט־שפּילער דזשאָרדין הירש און זײַן קאַפּעליע Overnight Kugel און דער טאַנץ־פֿירערין אַוויאַ מאָר.
דעם 21סטן אַפּריל וועט אויפֿטרעטן צום ערשטן מאָל אַ נײַע קאַפּעליע אָנגעפֿירט פֿונעם פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט מיט דער באַטייליקונג פֿונעם באַקאַנטן דזשעז־גיטאַריסט יאָשי פֿרוכטער און דעם פּײַקלער ריטשי באַרשיי (די „קלעזמאַטיקס‟). די מוזיק פֿון דער נײַער „עקלעקטישער סופּער־גרופּע‟ וועט אַרײַננעמען אַזעלכע זשאַנערן ווי ראָק, פֿרײַע אימפּראָוויזאַציע, קלאַסישע מוזיק, רומענישע פֿאָלק־מוזיק און פֿאַרשטייט זיך, קלעזמער. דעם אָוונט וועט דזשייק שולמאַן־מענט אויך אָנפֿירן מיטן קלעזמער־וואַרשטאַט פֿאַרן קאָנצערט.
אין מײַ און יוני וועלן בײַם „דזשאַלאַפּי‟ אויפֿטרעטן אַ ריי אַנדערע מוזיקער, אַרײַנגערעכנט קאַראָל פֿרימאַן, דזשעף וואַרשאַוער, דבֿורה שטראַוס, ברײַען גלאַסמאַן, סוזען לעוויטאַן, לאָרין בראָדי און דייוו לעוויט. די סעריע קאָנצערטן דויערט ביזן 23סטן יוני. נאָך אינפֿאָרמאַציע: שרײַבט newyorkklezmer@gmail.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.