דעם 9טן און 10טן אַפּריל וועט אין לאַס־וועגאַס, נעוואַדע, פֿאָרקומען אַ ייִדישער מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל, „ייִדיש לאַס־וועגאַס‟, מיט אַ שלל פֿון אַקטיוויטעטן פֿאַר קינד־און־קייט.
דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען אינעם „טעמפּל סיני‟, וווּ די חזנטע איז העטער קלײַן, אַ קלאַסיש־טרענירטע זינגערין פֿון אָפּערע און אויך אַ געטרײַע ליבהאָבער פֿון ייִדיש געזאַנג. איידער זי איז אָנגעשטעלט געוואָרן ווי די חזנטע פֿון דער לאַס־וועגאַסער סינאַגאָגע פֿאַראַיאָרן זומער האָט זי 10 יאָר לאַנג זיך באַטייליקט אינעם יערלעכן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל, „קלעזקאַנאַדע‟, און האָט די לעצטע דרײַ יאָר אויפֿגעטראָטן אין אַ נײַער פּיעסע אויף ייִדיש בעת דעם קאַנאַדער פֿעסטיוואַל.
בעת אַן אינטערוויו אויף דער וועבזײַט פֿון AXS-TV פֿאַראַיאָרן האָט קלײַן אויסגעדריקט איר ליבשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור . „איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס איך בין אַזוי גליקלעך מיט מײַן נײַער פּאָזיציע איז ווײַל איך וויל באַקענען מײַן ציבור מיט דער פּרעכטיקער ייִדישער שפּראַך און מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור דורך מוזיק.‟
„ייִדיש לאַס־וועגאַס‟ איז, אַ פּנים, אַ רעאַליזירונג פֿון קלײַנס וויזיע. צווישן די פֿאַרשידנאַרטיקע אַקטיוויטעטן דעם סוף־וואָך, שפּילט דאָס מאַמע־לשון אַ הויפּט־ראָלע. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס וועט מען דורכפֿירן די קבלת־שבת תּפֿילות אַראַנזשירט מיט ייִדישע מעלאָדיעס.
שבת־צו־נאַכטס וועט העטער, אין איינעם מיט „ווערעצקי פּאַס‟ און עטלעכע אַנדערע מוזיקער אויפֿטרעטן מיט ייִדישע און העברעיִשע לידער, אָפּערע און קונסטלידער.
זונטיק אין דער פֿרי וועט מען לערנען מיטן עולם ווי צו טאַנצן די טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע טענץ און פֿאַרזוכן די פּאָטראַוועס, וואָס האָבן געוווּנען פּריזן אינעם פֿאַרמעסט פֿון אַשכּנזישער קאָכערײַ, Beyond Bubbe (באָבעס מאכלים — פֿאַרהײַנטיקט). עס וועלן אויך פֿאָרקומען מײַסטערקלאַסן פֿאַר מוזיקער, וואָס ווילן זיך אויסלערנען ווי צו שפּילן קלעזמער־מוזיק; אַ „קינדער־קאַפּעליע‟ פֿאַר ייִנגלעך און מיידלעך צווישן 7 און 17 יאָר אַלט;קלאַסן פֿון ייִדיש געזאַנג פֿאַר קינדער פֿון 4 ביז 9 יאָר אַלט; אַ צווישן־דורותדיקער קונסטפּראָיעקט, וווּ יונגע לײַט און פּענסיאָנירטע וועלן אַרומרעדן זייער באַציִונג צו דער ייִדישער אָדער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור, און אַ קלאַס פֿון ייִדישע לידער מיט אַ שײַכות צום עסן. דער נאָמען פֿון דער שפּײַז־לעקציע איז אַליין אויף ייִדיש: „עס, עס, מײַן קינד‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.