אין באָסטאָן וועט דער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט, צוזאַמען מיט דער קלעזמער־קאַפּעליע „די קלעזמאַטיקס‟, געווידמעט דער 100סטער יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם.
דער קאָנצערט, פֿאָרגעשטעלט דורכן אָרטיקן צווײַג פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, וועט אַרומרעדן דורך מוזיק די פֿראַגע: „ווער זענען הײַנט טבֿיהס טעכטער?‟ אינעם קאָנצערט וועט מען פֿײַערן די דערגרייכונגען פֿון ייִדישע פֿרויען אויפֿן געביט פֿון סאָציעלן יושר ווי „רעוואָלוציאָנערינס אָנפֿירערינס פֿון פֿאַראיינען, אָנטיילנעמערינס אין דער באַוועגונג לטובֿת די ציווילע־רעכט פֿון אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, אָקופּירערינס פֿון ’וואָל־סטריט‘ און פֿעמינסטקעס‟.
דער ספּעקטאַקל, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די אַקטיוויסטן לטובֿת דעם סאָציעלן יושר סיד טאָפּאָל, עניד עקשטיין און ראָזע בלומענפֿעלד, וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 14טן מײַ, 7:30 אין אָוונט אינעם שיל „טעמפּל אוהבי־שלום‟ אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //tevye.brownpapertickets.com/.
דער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ האָט מען געגרינדעט אין 1997 ווי אַ פּראָיעקט פֿונעם באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟. אַ באַקאַנטע גרופּע מיט איבער 60 מיטגלידער, טרעט אויף „אַ בעסערע וועלט‟ סײַ אויף קאָנפֿערענצן און קאָנצערטן, סײַ אויף דעמאָנסטראַציעס און פּאָליטישע מיטינגען. דער כאָר מאַכט אַ סך בשותּפֿותדיקע קאָנצערטן מיט „די קלעזמאַטיקס‟. אָט קען מען זען, ווי דער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ האָ פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד „אַלע ברידער‟ אויף אַ קאָנצערט מיט „די קלעזמאַטיקס‟ אין 2008:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.