דער „׳פּולין׳ מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ אין וואַרשע האָט די וואָך געוווּנען די אָנגעזעענע פּרעמיע, „אייראָפּעיִשער מוזיי פֿון יאָר‟, צווישן די 49 מוזייען אין 24 לענדער, וואָס זענען הײַיאָר נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן פּריז.
די ידיעה איז געמאָלדן געוואָרן בעת אַ צערעמאָניע שבת אין סאַן סעבאַסטיאַן, שפּאַניע.
דער „פּולין־מוזיי‟ איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַפּריל 2013, און זײַן קערן־אויסשטעלונג, וואָס שילדערט די טויזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן, האָט זיך געעפֿנט מיט אַנדערטהאַלב יאָר שפּעטער.
בײַם איבערגעבן די פּרעמיע האָט דער „פֿאָרום פֿון אייראָפּעיִשע מוזייען‟ דערקלערט: „׳פּולין׳ דינט ווי אַ פֿאַרכאַפּנדיק אָרט צו באַטראַכטן די אייביק־רעלעוואַנטע פֿראַגעס וועגן דעם, ווי אַזוי אַ פֿרידלעך צוזאַמענלעבן צווישן פֿעלקער קען פּלוצלעם פֿאַרוואַנדלט ווערן אין … דער כּמעט־טאָטאַלער פֿאַרניכטונג פֿון אַ גאַנצער באַפֿעלקערונג און אין דער צעשטערונג פֿון אַ קולטור‟.
„ס׳איז פֿאַר אונדז אַ גרויסער כּבֿוד,‟ האָט דערקלערט די הויפּט־קוראַטאָרין פֿון דער קערן־אויסשטעלונג, ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט. „מיר וואָלטן עס אָבער נישט געוווּנען אָן די מיטגלידער פֿון אונדזער אויסערגעוויינטלעכער מאַנשאַפֿט — סײַ די געוועזענע, סײַ די הײַנטיקע: אונדזערע דירעקטאָרן און פֿאַרוואַלטער, איבערזעצער און רעדאַקטאָרן, און אַלע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן אונדז באַזאָרגט מיט מאַטעריאַל, אַרײַנגערעכנט די ׳אַסאָציאַציע פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט פֿון פּוילן׳, דער ׳ייִוואָ׳, דער ׳אַמעריקאַנער חורבן־אָנדענק מוזיי׳, ׳יד־ושם׳ און די ׳ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק׳.‟
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם פּריז, וואָס פּוילן האָט געוווּנען די העכסטע פּרעמיע פֿאַר אַן אייראָפּעיִשן מוזיי, האָבן אַ צאָל פּוילישע מעדיאַ־קוואַלן באַטאָנט. דער פּריז „אייראָפּעיִשער מוזיי פֿון יאָר‟, איז געגרינדעט געוואָרן אין 1977.
דער וואַרשעווער מוזיי איז פֿאָרמעל געגרינדעט געוואָרן אין 2005 דורכן „פֿאַרבאַנד פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין פּוילן‟, דער וואַרשעווער מוניציפּאַליטעט און דעם פּוילישן „מיניסטעריום פֿון קולטור און דער נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה‟.
דער פּריז — אַ קליינע סטאַטוע פֿון אַן איי, וואָס עס האָט באַשאַפֿן דער באַרימטער בריטישער סקולפּטאָר הענרי מור — וועט אויסגעשטעלט ווערן אינעם „פּולין‟־מוזיי אויף אַ יאָר. צווישן די אינסטיטוציעס, וואָס האָבן אין פֿריִערדיקע יאָרן באַקומען די חשובֿע פּרעמיע, געפֿינט מען אַזעלכע וועלט־באַרימטע מוזייען ווי דער „גוגענהײַם‟־מוזיי אין בילבאַאָ, שפּאַניע; די „ריקסמוזעום‟ (דער נאַציאָנאַלער מוזיי פֿון האָלאַנד); „דער נאַציאָנאַלער רעלסן־מוזיי פֿונעם פֿאַראייניקטן קעניגרײַך‟ (יאָרק, ענגלאַנד), און דער „מוזיי פֿון וויקטאָריע און אַלבערט‟ אין לאָנדאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.