ראַדיאָ־פּראָגראַם, געווידמעט ייִדיש אין קאָלאָראַדאָ

Radio Show about Yiddish in Colorado

ד״ר דוד שניר און אַלעקסיס אַענג
ד״ר דוד שניר און אַלעקסיס אַענג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 13, 2016, issue of April 29, 2016.

https://soundcloud.com/alexisaaeng/yiddishists-anonymous?utm_source=soundcloud&utm_campaign=share&utm_medium=facebook

צום ערשטן מאָל נאָך לאַנגע יאָרן האָט מען געהערט ייִדיש אויף דעם ראַדיאָ אין קאָלאָראַדאָ.

די סיבה דערפֿאַר איז געווען, וואָס אַלעקסיס אַענג, אַ סטודענטקע פֿון ד״ר דוד שניר בײַם „אוניווערסיטעט פֿון קאָלאָראַדאָ‟ אין באָולדער, האָט געשאַפֿן אַ צוויי־שעהיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם „אַנאָנימע ייִדישיסטן‟ Yiddishists Anonymous, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן ראַדיאָ און די הײַנטיקע געשעענישן אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש, ווי אַ טייל פֿון איר אַקאַדעמישער אַרבעט. די פּראָגראַם, וואָס זי האָט אָנגעהויבן מיט אַ באַגריסונג אויף ייִדיש, איז טראַנסמיטירט געוואָרן דאָנערשטיק, דעם 7טן אַפּריל, אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע KVCU 1190 אין באָולדער, קאָלאָראַדאָ.

נאָכן שפּילן אַ רעקאָרדירונג פֿון „זאָג עס מיר נאָך אַ מאָל‟ פֿון די שוועסטער־בערי און נאָכן געבן איר באַגריסונג אויף ייִדיש און ענגליש, דערקלערט אַענג אַ ביסעלע וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ראַדיאָ אויף ייִדיש. זי דערקלערט, אַז זי איז געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש, אַ דאַנק דער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס.

נאָך אַ ביסל מוזיק, זענען אויפֿגעטראָטן ד״ר דוד שניר, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם אוניווערסיטעט, צוזאַמען מיט דער קאָמפּאָזיטאָרין און חזנטע דזשוליאַ אײַזנבערג, כּדי אַרומצורעדן זייער נײַעם פּראָיעקט, געווידמעט דער לינקער ייִדישער זינגערין לין יאַלדאַטי. זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ ריי לידער, אַרײַנגערעכנט דאָס ליד „ווי אַזוי טריקנט דער קייסער טיי‟ פֿון יאַלדאַטיס רעפּערטואַר, באַגלייט פֿון נייט מאַרקס אויפֿן מאַנדאָלין. דער פּראָיעקט, וואָס הייסט, „קונסט ווי מײַן וואָפֿן‟, פֿאָרשט אויס דאָס לעבן פֿון דער האָלענדישער זינגערין, אַ געבוירענע רעדנערין פֿון האָלענדיש, וואָס איז פֿאַרליבט געוואָרן אין ייִדיש נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען עס זענען אָנגעקומען אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. נאָכן איבערלעבן אוישוויץ (זי איז געווען אויפֿן זעלביקן טראַנספּאָרט ווי אַנאַ פֿראַנק, און האָט געלאָזט וויסן אָטאָ פֿראַנקן וועגן זײַן טאָכטערס טויט), איז מרדכי געבירטיגס „עס ברענט‟ געוואָרן אַ שטענדיקער טייל פֿון איר רעפּערטואַר. שניר דערקלערט די אומדערוואַרטע געשיכטע ווי אַזוי יאַלדאַטי האָט זיך אַריבערגעצויגן אין קאָמוניסטישן מיזרח־דײַטשלאַנד אין 1952 און איז אין גיכן געוואָרן אַ פּראָמינענטע זינגערין פֿון לינקע לידער אויף ייִדיש. אין דער זעלביקער צײַט האָבן די סאָוועטן פֿאַרטיליקט די ייִדישע קולטור־טוער אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

נאָכן זינגען הירש גליקס „זאָג ניט קיינמאָל‟ און מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟ שטעלט די פּראָגראַם פֿאָר אַ סוררעאַליסטישע פּיעסע פֿון אַלעקסיס אַענג וועגן אַ סטודענט, „סקאָט‟ (געשפּילט פֿון סקאָט מײַערס) וואָס קען בלויז רעדן ייִדיש. נאָך אַ לאַנגער צײַט, אין וועלכער ער געפֿינט מענטשן וואָס קענען רעדן אַ ריי אַנדערע שפּראַכן אָבער ניט קיין ייִדיש, געפֿינט סקאָט, סוף־כּל־סוף, דעם ייִדיש־קלאַס און זינגט מיט די ייִדיש־סטודענטן דאָס ליד „אַלע ברידער‟. נאָך דער פּיעסע רעדן די אַקטיאָרן און אַלעקסיס אַענג אַרום די רעאַקציעס, וואָס זיי באַקומען, ווען מענטשן דערוויסן זיך, אַז זיי שטודירן ייִדיש. אַענג דערקלערט, אַז איר שפּיל איז אַ סאַטירע אויף דעם, ווי מע פֿילט זיך הײַנט ווי אַ סטודענטקע פֿון ייִדיש.

בײַם סוף פֿון דער טראַנסמיסיע שפּילט אַן אירלענדישע קאַפּעליע, בראָש פֿון נייט מאַרקס, אַ ריי קלעזמער־לידער, אַרײַנגערעכנט אַ פּאָר פֿונעם רעפּערטואַר פֿון דניאל קאַהן, ווי דאָס ליד „דומײַ, דומײַ‟ וועגן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך.