ידיעות פֿון מאָסקווע

בילד פֿון דער אויסשטעלונג: „ייִדישע קינסטלער פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד”
Courtesy of jewish-museum.ru
בילד פֿון דער אויסשטעלונג: „ייִדישע קינסטלער פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד”

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published April 14, 2016, issue of May 13, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די ייִדיש־רוסישע שרײַבערין מאַשע ראָלניק ע״ה

די הויפּט־ידיעה פֿון דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד איז די וואָך געקומען פֿון סאַנקט־פּעטערבורג. דאָרטן איז ניפֿטר געוואָרן מאַשע ראָלניקײַטע (ראָלניק), די ייִדישע שרײַבערין און איבערזעצערין. זי איז געבוירן געוואָרן אין 1927 אין פּלונגע, ליטע; בעת דער מלחמה געווען אין דער ווילנער געטאָ און אין צוויי לאַגערן. זי איז באַרימט, קודם־כּל, צוליב איר בוך „איך מוז דערציילן‟ — אַ בעלעטריסטישע ווערסיע פֿון איר טאָגבוך, וואָס זי האָט געפֿירט בעת דער מלחמה און עס באַהאַלטן, קיינער זאָל עס ניט געפֿינען. דאָס בוך איז אַרויס פֿריִער אויף ליטוויש, נאָך דעם — אויף ייִדיש און אויף רוסיש; שפּעטער איז עס איבערגעזעצט געוואָרן אויף 18 שפּראַכן.

זי האָט אויך אָנגעשריבן עטלעכע ביכער זכרונות פֿון דער מלחמה און וועגן די ערשטע נאָך־מלחמה־יאָרן. דאָס לעצטע ווערק אירס איז געווען אַ בוך דערציילונגען וועגן אירע קינדער־יאָרן, דהײַנו, וועגן דעם, וואָס ס׳איז געשען פֿאַר דער מלחמה. מאַשע ראָלניק האָט ניט דערלעבט עס צו זען בלויז אַ פּאָר וואָכן.


אויסשטעלונג: ייִדישע קינסטלער פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד

צו די אַנדערע נײַעס: דער נײַער ייִדישער מוזיי האָט געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון רוסישער אַוואַנגאַרד־קונסט. געוויזן ווערן בילדער, געשאַפֿן אין 1900-1918. זיי זענען צונויפֿגעזאַמלט פֿון די פּראָווינץ־מוזייען פֿון 19 רוסלענדישע שטעט. צווישן די אויסגעשטעלטע קינסטלער זענען דאָ סײַ באַרימטע מײַסטער, ווי מאַרק שאַגאַל, וואַסילי קאָנדינסקי און קאַזימיר מאַלעוויטש, סײַ אומבאַקאַנטע. די אויסשטעלונג, וואָס וועט זײַן אָפֿן ביז אָנהייב יוני, האָט צוגעצויגן זייער אַ גרויסן עולם.


פּראָפֿעסאָר דזשיימס קוגל אין מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט

דער מוזיי האָט דורכגעפֿירט נאָך אַ וויכטיקע אונטערנעמונג — אַ קאָנפֿערענץ, „געשטאַלט און סימבאָל אין דער ייִׅדישער, קריסטלעכער און מוסולמענישער טראַדיציע‟, וואָס ער האָט אָרגאַניזירט צוזאַמען מיט דער קאַטעדרע פֿאַר ייִדישע לימודים בײַם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט. די קאָנפֿערענץ ווערט דורכגעפֿירט שוין צום דריטן מאָל, און האָט שוין איר שטענדיקן עולם. דאָס מאָל איז די טעמע געווען „ברית־אָפּמאַך‟ צווישן גאָט און מענטשן.

אין דער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטייל גענומען עטלעכע אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע פּראָפֿעסאָרן, בתוכם דזשיימס קוגל. ער איז געקומען קיין מאָסקווע מיט אַ באַזוך; דאָ פֿירט ער אָן מיט אַ קורס וועגן מדרשים אין מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט. זונטיק האָט ער געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די מגילות פֿון ים-המלח אין די ראַמען פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟, און דינסטיק, דעם 12טן אַפּריל, איז ער אויפֿגעטראָטן אין רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „קאָנצעפּציע פֿון גאָט אין תּנ״כישע נאַראַטיוון‟.


אַן אָוונט וועגן באַקאַנטע פֿרויען אין ישׂראל

דער ישׂראלדיקער קולטור־צענטער האָט אָרגאַניזירט אַן אָוונט מיטן נאָמען „דרייסטע טרוימערינס — הצלחה־געשיכטעס פֿון ייִׅדישע פֿרויען‟. די באַגעגעניש האָט אײַנגעשלאָסן אַ היסטאָרישן איבערבליק פֿון דער דערשײַנונג — פֿרויען וואָס האָבן געמאַכט אַ קאַריערע און געוואָרן באַקאַנט אין ישׂראל; און אַ דיאַלאָג מיט 2 ישׂראלדיקע געשעפֿטס־פֿרויען, ד״ר עלעאָנאָראַ שקאָלניק, דירעקטאָרין פֿון אַריאלער ווענטשור־אַקאַדעמיע, און אַנאַ סאָלאָ, דיזײַנערין און לערערין אין מאָדע־אַקאַדעמיע.


אַ „טאָג פֿון גוטע מעשׂים‟

די וואָלאָנטירטע פֿון דער ייִׅדישער סטודענטישער אָרגאַניזאַציע „הלל‟ האָבן דורכגעפֿירט אין מאָסקווע „דעם טאָג פֿון גוטע מעשׂים‟ — אַ טייל פֿון דעם גרעסערן פּראָיעקט מיטן זעלביקן נאָמען, וואָס ווערט מקוים אין איבער 70 לענדער. צו דעם „טאָג‟ האָבן געקענט זיך מצרף זײַן אויך אַלע פֿרײַוויליקע. די באַטייליקטע האָבן געפֿאַרבט בנינים פֿון אַ קינדער-שפּיטאָל, אויסגעסדרט טעריטאָריעס פֿון עטלעכע שפּיטאָלן און געפֿלאַנצט קוסטן אין אַ פּאַרק, געקאָכט עסן פֿאַר היימלאָזע, געזאַמלט געלט פֿאַר אַ יתומים־הויז און געהאָלפֿן היימלאָזע הינט.


פּעטערבורג: „אַ טאָג פֿון ייִׅדישן בוך‟

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: אין סאַנקט־פּעטערבורג איז פֿאָרגעקומען „אַ טאָג פֿון ייִׅדישן בוך‟, וואָס ס׳האָבן דורכגעפֿירט די גרויסע כאָר־שול און דער רוסלענדישער חב״ד. די פֿאָרשטייער פֿונעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע אויסגאַבעס. דער הויפּט פֿונעם פֿאַרלאַג ברוך גאָרין האָט דערציילט וועגן אַרויסגעבן די כּיתבֿי־הקודש אין דער רוסישער איבערזעצונג, און דער קענער פֿון ייִׅדישע כּתבֿ־ידן און ביכער, פּראָפֿ׳ שמעון יאַקערסאָן האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִׅדישן בוך. דער עולם האָט אויך געקענט זיך טרעפֿן מיט רבנים, קינסטלער, וואָס אילוסטרירן ביכער און אײַנבינדער.