אַ האָטעל אין אומאַן זאָגט זיך אָפּ צו דינגען זײַנע צימערן פֿאַר ייִדן, האָט אַ פֿירער פֿון דער אוקראַיִנער ייִדישער קהילה געזאָגט.
עדואַרד דאָלינסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם „אוקראַיִנער ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט דאָנערשטיק געשריבן אויף „פֿייסבוק‟, אַז אַן אַדמיניסטראַטאָר אינעם האָטעל „אומאַן סיטי פּלאַזאַ‟, האָט אים געזאָגט, אַז מע האָט אײַנגעפֿירט דעם שריט ווײַל דאָס לעצטע מאָל, וואָס מע האָט דערלויבט די ייִדן דאָרט אײַנצושטיין, האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרריכטן אַ טייל פֿונעם מעבל.
יעדעס יאָר קומען בערך 25,000 ייִדן פֿון ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּע, כּדי צו גיין אויף קבֿר־אָבֿות צום רבין נחמן ברעסלאָווער, וואָס האָט געלעבט אינעם 18טן יאָרהונדערט, און האָט פֿאַר זײַן פּטירה געהאַט גערופֿן זײַנע חסידים צו אים ראש־השנה.
דעלינסקי האָט געזאָגט, אַז ער האָט אָנגעקלונגען אין האָטעל, אַ קליינער מיט בלויז 17 צימערן, ווײַל ער האָט געלייענט אַ פּערזענלעכע רעצענזיע אויף דער אינטערנעץ פֿון אַ ייִד, וואָס מע האָט אים נישט געלאָזט דאָרט אײַנשטיין.
„כ׳האָב עס נישט געגלייבט, האָב איך אַליין אָנגעקלונגען,‟ האָט דאָלינסקי געזאָגט. דער אַדמיניסטראַטאָר האָט מיר געענטפֿערט, אַז „יאָ, מיר דינגען נישט אויס קיין צימערן פֿאַר ייִדן, ווײַל דאָס לעצטע מאָל האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרריכטן דאָס מעבל, נאָך דעם ווי די ייִדן זענען דאָרט אײַנגעשטאַנען.‟
ס׳רובֿ ייִדן וואָס באַזוכן אומאַן, בלײַבן אין דער געגנט פּושקינאָ, וווּ די אוקראַיִנער פּאָליציי, ווי אויך אַ צאָל ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן וואָס קומען ספּעציעל צו האַלטן אַן אויג ראש־השנה, לאָזן נישט אַרײַן קיין נישט־ייִדן, אַפֿילו נישט די אָרטיקע, כּדי צו פֿאַרהיטן אַ מעגלעכע בלוט־פֿאַרגיסונג.
אין אומאַן זענען אַ סך פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער אויפֿגעבראַכט וועגן די עולה־רגל וויזיטן, ווײַל זיי טענהן, עס ברענגט אַרײַן קרימינעלע עלעמענטן, און גיט נישט צו צו דער אָרטיקער עקאָנאָמיע, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די ייִדישע באַזוכער באַצאָלן בלויז אַנדערע ייִדן פֿאַר פֿאַרשידענע באַדינונגען, ווי, למשל, צו דינגען דירות אין פּושקינאָ אָדער צו קויפֿן כּשר עסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.