ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, איז דער הויפּטמאָטיוו פֿונעם פּסח־סדר „והגדת לבנך‟ [און זאָלסט זאָגן דײַנע קינדער…]; מיט אַנדערע ווערטער — דערציילט אײַערע זין און טעכטער די נסים, וואָס זענען פֿאָרגעקומען, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים.
איז דערפֿאַר נישט קיין חידוש, וואָס געזאַנג איז אַזאַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿונעם סדר. דאָס זינגען גיט צו אַ לעבעדיקע שטימונג צו דער הגדה, און פֿאַרהיט — כאָטש אויף אַ ווײַלע — אַז די קינדערלעך זאָלן נישט אַנטשלאָפֿן ווערן.
בײַ די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, איז נאָך מער געוווּנטשן, ווען אַ טייל פֿון די לידער איז אויף מאַמע־לשון. די באַטייליקטע בײַם סדר, וואָס זענען אַליין דערצויגן געוואָרן אין די סעקולערע ייִדישע שולן, געדענקען די וועלטלעכע פּסח־לידער, ווײַל מע פֿלעג זיי זינגען יעדעס יאָר בײַם „דריטן סדר‟. געוויסע גראַדואַנטן האָבן בײַ זיך עד־היום די פֿאַרגעלטע און פֿון־שפּײַז־פֿאַרפֿלעקטע קאָפּיעס פֿון די צונויפֿגעדרייטלטע שול־הגדות, וואָס דער „אַרבעטער־רינג‟, דער „שלום־עליכם פֿאָלקס־אינסטיטוט‟ און אַנדערע בילדונג־פֿאַלאַגן האָבן אַמאָל אַרויסגעגעבן. הײַנט זענען יענע הגדות אַ יקר־המציאות.
אַז מע האָט מזל און מע געפֿינט שוין יאָ דעם טעקסט פֿון די לידער, דאַרף מען זיך אָבער אויסלערנען די מעלאָדיעס. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, קען מען הערן פֿערצן פֿון די פּסח־לידער, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, דורך דער וועבזײַט פֿון די „יודאַיִקאַ קלאַנג־אַרכיוון‟ [Judaica Sound Archives] (//faujsa.fau.edu/jsa/search_music_LP.php?jsa_num=100652&queryWhere=jsa_num&queryValue=100652&select=title&side=A&track=04&fetch=9575&pagenum=384&return=findmusic).
— אַ פּראָיעקט פֿונעם „פֿלאָרידער אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט‟.
צווישן די לידער, וואָס געפֿינען זיך אין דער זאַמלומג: די פֿיר קשיות אויף ייִדיש; „שווימט דאָס קעסטל‟ (טעקסט פֿון אַבֿרהם רייזען; מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט), וואָס באַשרײַבט ווי דער צוקונטפֿדיקער העלד, משה רבינו, ווערט געראַטעוועט פֿונעם בייזן פּרעהס גזירה אויסצוהרגענען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגעלעך; און „אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟ (טעקסט און מוזיק פֿון דוד איידלשטאַדט), וואָס שילדערט די אַכזריותדיקע באַהאַנדלונג פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן אין מצרים.
דער ציל פֿון די „יודאַיִקאַ קלאַנג־אַרכיוון‟ איז צו זאַמלען, דיגיטאַליזירן און דערבײַ פֿאַראייביקן די רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער, כּדי סטודענטן, אַקאַדעמיקער און דער ברייטער עולם זאָלן האָבן אַ גרינגן צוטריט צו זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.