נײַעס פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 19, 2016, issue of May 13, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר יונגע ישׂראלדיקע מיטלשול־לערער

ד״ר מרדכי יושקאָווסקי
ד״ר מרדכי יושקאָווסקי

דער ייִדישער צענטער פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס טוט אַ חשובֿע אַרבעט אין ווילנע.

די צווייטע וואָך פֿון אַפּריל האָט דער צענטער אָרגאַניזירט אַ סעמינאַר פֿאַר ישׂראלדיקע גימנאַזיע־לערערס. דער ציל: באַקענען די דערציִערס מיט ייִדיש און מיט דער ייִדישער קולטור.

ווי זאָגט עס ד״ר מרדכי יושקאָווסקי, דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם צענטער: עס איז נישט גענוג צו לערנען די געשיכטע פֿונעם חורבן. די ישׂראלדיקע יוגנט דאַרף זיך אויך באַקענען מיט דער רײַכער קולטור, וואָס איז פֿאַרטיליקט געוואָרן צוזאַמען מיט די קרבנות פֿונעם דײַטשן גענאָציד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

כּמעט פֿערציק לערערס זענען געזעסן על התּורה ועל העבֿודה במשך פֿון פֿיר טעג און זיך געלערנט פֿאַרשיידענע טעמעס ווי, למשל, דאָס שאַפֿן פון שלום־עליכם אָדער, להבֿדיל, שדים אין דער ייִדישער פֿאָלק־ליטעראַטור (אַלט ייִדיש). זיי האָבן אויך געקאָנט פֿאַרגלײַכן אָריגינעלע ייִדישע טעקטסן פֿון חיים גראַדען (אַליין אַ ווילנער), אָדער באַשעוויסן מיט זייערע העברעיִשע איבערזעצונגען. ס׳איז נישט קיין סוד אַז אַ סך העברעיִשע איבערזעצונגען זענען אַ קאַפּעטשקע אַרכאַיִש. פֿאַר יונגע לייענערס זענען זיי אָפֿט מאָל כּמעט נישט פֿאַרשטענדלעך.

די לערערס האָבן אויך געהאַט צײַט צו גיין איבער די ווילנער גאַסן, זען די קליינע און די גרויסע געטאָ, די ייִדישע גימאַנזיע (הײַנט די ייִדישע גמינע) און נאָך און נאָך.

פֿאַר די וואָס זייערע טאַטע־מאַמעס שטאַמען פון ווילנע איז די נסיעה קיין ליטע געווען זייער עמאָציאָנעל. אַ ישׂראלדיקע לערערקע האָט, למשל, דערציילט אַז גייענדיק אַרויף אויף די טרעפּ פון דעם פּראַכטפֿולן בנין פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער גימנאַזיע „תּרבות‟ איז געווען פֿאַר איר זייער רירנדיק ווײַל די אייגענע מאַמע איז געווען א תּלמידה אין דער דאָזיקער גימנאַזיע.