די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אויסגעפֿאַלן די יאָרצײַט פֿון צבֿי כּנר, דער ייִדישער פּאַנטאָמימיקער און שרײַבער, וועלכער האָט ווי אַ פֿאַריתומט קינד אין דער נאַצישער תּקופֿה נישט איין מאָל אויסגעמיטן דעם טויט, אַ דאַנק זײַן טאַלאַנט פֿאַר פּאַנטאָמים.
אַ געבוירענער אין אַ חסידישער משפּחה אין סקאָלמיזש, פּוילן אין 1929, האָט ער בײַ אַ יונגן עלטער שוין אָנגעהויבן נאָכצוקרימען זײַנע שכנים און קרובֿים, און האָט אין גיכן אָנגעהויבן אויפֿטרעטן אויף אָרגאַניזירטע פֿאַרזאַמלונגען.
מיט יאָרן שפּעטער, אין זײַן טעאַטראַליש ווערק, Run! Jacob! Run! (לויף, יעקבֿ, לויף!), וואָס איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין ניו־יאָרק אין די 1980ער יאָרן, האָט כּנר שטומערהייט אויסגעשפּילט זײַן לעבן, אָנהייבנדיק פֿון די אומשולדיקע קינדער־יאָרן, וואָס זענען צו פֿרי אַוועק. דאָס איינציקע מאָל אין דער פֿאָרשטעלונג, וואָס ער זאָגט עפּעס אויף אַ קול, איז ווען ער רופֿט אויס די צוויי ווערטער, וואָס זײַן טאַטע האָט אים נאָכגעשריגן, ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין שטעטל: „לויף, יעקבֿ!‟
אין זײַנע דרײַ אויטאָביאָגראַפֿישע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען, „איך און למך‟ (1994), „אָפּגעגעבן ברויט‟ (1996) און „אַ פֿיש האָט מיך נישט אײַנגעשלונגען‟ (2003), האָט ער געשילדערט די דרײַ הויפּט־תּקופֿות פֿון זײַן לעבן: די קינדער־יאָרן, די קאָשמאַרישע תּקופֿה פֿונעם חורבן, און זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל. קיין קינדער האָט ער נישט געהאַט, כאָטש געווען אַ צײַט אַ באַווײַבטער.
אין 1998 האָט צבֿי כּנר געוווּנען די „איציק מאַנגער־פּרעמיע‟.
ער האָט נישט בלויז באַשריבן די אַכזריותדיקע אַקציעס פֿון די נאַציס, אָבער אויך די חטאָים און דעם אויסטערלישן אויפֿפֿיר פֿון אַנדערע קאַצעטניקעס, אַרײַנגערעכנט בײַשפּילן פֿון קאַניבאַליזם. ער שילדערט אויך זײַנע ערשטע יאָרן אין ישׂראל, וווּ ער האָט מיטגעמאַכט די באַקאַנטע אומבאַרעכטיקטע שוועריקייטן פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין דער נײַער מדינה.
כּנר האָט געהאַט אַ חוש פֿון הומאָר און איראָניע, אַפֿילו אין די ערגסטע צײַטן, האָט איציק גאָטעסמאַן געשריבן אין כּנרס נעקראָלאָג אינעם „פֿאָרווערטס‟ אין 2009. איין מאָל אין בוכענוואַלד, נאָך דעם ווי אַ דײַטשישער אָפֿיציר האָט דאָס קליינוווּקסיקע בחורל אַוועקגעלייגט מיט אַ ברוטאַלן זעץ, און יעדער איז געווען זיכער, אַז דער נאַצי האָט אים דערהרגעט, איז כּנר פּלוצלינג אויפֿגעשפּרונגען און זיך אומגעקערט צו דער ריי, גלײַך ווי גאָרנישט וואָלט נישט פּאַסירט. „די פֿעיִקייט צו קענען זיך ווידער שטעלן אויף די פֿיס קען מען זען אין אַלע זײַנע ווערק,‟ האָט גאָטעסמאַן געשריבן.
נאָכן וווינען אין ישׂראל און בעלגיע, האָט כּנר, אין די 1950ער, זיך פֿאָרמעל געלערנט אויף פּאַנטאָמים אין פֿראַנקרײַך בײַ די מײַסטער, עטיען דעקרו און מאַרסעל מאַרסאָ. אין די 1970ער און 80ער יאָרן האָט ער געוווינט אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט אָנגעהויבן אַרויסגעבן זײַנע דערציילונגען אויף ייִדיש אין „יוגנטרוף‟ און אַנדערע זשורנאַלן.
אין 1994 האָט ער זיך אומגעקערט קיין ישׂראל, וווּ ער האָט ווײַטער געדרוקט זײַן פּראָזע און איז אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש און העברעיִש. ער האָט אויך געשפּילט אין באַקאַנטע פֿילמען ווי דאָס פֿראַנצייזיש־רומעניש ווערק, „די באַן פֿון לעבן‟ (1998), און אויף דער ישׂראלדיקער בינע און טעלעוויזיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.