„איך בין אַ מאַשין‟ מיט פֿרישע אויגן

Poem, "I Am A Machine", in a New Light

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 27, 2016, issue of May 13, 2016.

כאָטש די ליטעראַרישע פֿײַנשמעקער פֿון זײַן צײַט האָבן אַראָפּגעקוקט מיט ביטול אויף די לידער פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, געפֿינען זיי נאָך אַלץ אָנהענגער איבער דער וועלט. צווישן אַלע ייִדישע פּאָעטן איז דווקא ראָזענפֿעלד, דער פּאָעט פֿונעם „שוויץ־שאַפּ‟ און דער פֿאַרגאַנגענער וועלט פֿונעם „איסט סײַד‟, דווקא דער, וועמענס לידער ווערן געלייענט צום מערסטנס, צווישן די וואָס קענען ניט קיין ייִדיש און האָבן ניט קיין פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער קולטור.

די סיבה דערפֿאַר איז ווײַל ראָזענפֿעלדס לידער וועגן די אַמאָליקע אָרעמע ייִדישע אַרבעטער און די פּאָליטישע קאָנפֿליקטן צווישן זיי און זייערע „באָסעס‟ קלינגען הײַנט אַקטועל אין דער ענגלישער צי אַפֿילו כינעזישער איבערזעצונג. מע קען טענהן, אַז אַזעלכע לידער ווי „מײַן ייִנגעלע‟, „מײַן רוע־פּלאַץ‟ און „איך בין אַ מאַשין‟ זענען דווקא הײַנט מער שייך דער וועלט פֿון די שפּאַניש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין אַמעריקע אָדער די אָרעמע אַרבעטער אין באַנגלאַדעש, איידער די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדן. צוליב דער אוניווערסאַלקייט פֿון זײַנע לידער איז עס ניט קיין חידוש, וואָס דווקא ראָזענפֿעלד, און ניט מער ראַפֿינירטע דיכטער אַזוי ווי לייוויק, צײַטלין, מאַנגער אָדער אַפֿילו מאַני לייב, וועמענס טעמעס זענען געווען אַ סך מער ספּעציפֿיש פֿאַרבונדן מיט ייִדן, זענען הײַנט געלייענט און ווידער באַטראַכט אין קונסט־פּראָיעקטן איבער דער וועלט.

לעצטנס האָט דער מאָנטרעאָלער רעזשיסאָר פּיִער לוק־זשונעט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצן פֿילם אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל, אין וועלכן שׂרה איגעלפֿעלד לייענט פֿאָר ראָזענפֿעלדס „איך בין אַ מאַשין‟, בעת דער אַקטריסע דזשאָהאַנע לאַבאָנטע שפּילט די ראָלע פֿון אַ ייִדישער אַרבעטערין. דער סוררעאַליסטישער פֿילם, אין גאַנצן אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, בינדט צונויף בילדער פֿון אַן אַמאָליקער פֿאַבריק, פּלאַקאַטן פֿון מאָנטרעאָל אויף ייִדיש וואָס רעקלאַמירן שטרײַקן און אַנדערע דעמאָנסטראַנציעס, און אַ באַזוך אין דער אַלטער „באַג־שול‟, כּדי צו שילדערן אַן אימאַזש פֿון עלנטקייט, אָפּגעריסנקייט, און אָפּפֿרעמדונג.

דער פֿילם האָט לוק־זשונעט געמאַכט ווי אַ טייל פֿון זײַנע שטודיעס בײַ דער „קינאָ־שול אויפֿן נאָמען פֿון מעל האָפּענהײַם‟ בײַם „קאָנקאָרדיאַ־אוניוועריסיטעט‟ אין מאָנטרעאָל. דער רעזשיסאָר האָט געשאַפֿן דעם פֿילם, ווי אַ פּרוּוו צו ווײַזן די סתּירותדיקע אופֿנים דורך וועלכן די הײַנטיקע ייִדישע אַרבעטער באַטראַכטן די האַלב־פֿאַרגעסענע דערגרייכונגען פֿון דער אַמאָליקער מאָנטרעאָלער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג.

און סתּם אויף טשיקאַוועס: אָט קען מען הערן אַ שיינעם נוסח פֿון ראָזענפֿעלדס „מײַן רוע־פּלאַץ‟ אויף כינעזיש:

.