די אַמעריקאַנער לופֿט־כּוחות האָבן זיך לעצטנס באַנוצט מיט אַן ישׂראלדיקן מעטאָד צו דערהרגענען ווייניקער ציווילע לײַט בײַם באָמבאַרדירן בנינים.
לויט דער טאַקטיק, באַקאַנט ווי „קלאַפּן אויפֿן דאַך‟, שיסט מען אומטייטלעכע פּראָיעקטילן אין אַ בנין, אין וועלכן עס געפֿינען ציווילע לײַט, כּדי צו וואָרענען זיי, אַז מע גייט באַלד באָמבאַרדירן דעם בנין.
דעם 5טן אַפּריל האָבן די אַמעריקאַנער לופֿט־כּוחות „געקלאַפּט אויפֿן דאַך‟ פֿון אַ בנין אין מאָסול, איראַק, אָבער אַ פֿרוי איז סײַ ווי סײַ דערהרגעט געוואָרן נאָך דעם, וואָס זי איז ווידער אַרײַנגעלאָפֿן אינעם בנין. אינעם בנין האָט געוווינט אַ מיטגליד פֿון דער טעראָריסטישער גרופּע „אײַסיס‟, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן צוטיילן געלט צו די איסלאַמישע קעמפֿער. אין הויז איז אויך געווען א סקלאַד, וווּ עס האָט זיך געפֿונען 150 מיליאָן דאָלאַר מזומן־געלט, האָבן אַמעריקאַנער קוואַלן איבערגעגעבן.
די צה״ל־כּוחות האָבן זיך באַנוצט מיטן זעלביקן מעטאָד בעת דער מלחמה אין עזה אין 2014. אַ קאָמיסיע פֿון דער „יו־ען‟ איז אין 2015 געקומען צום אויספֿיר, אַז דער טאַקטיק איז ניט עפֿעקטיוו, ווײַל ער האָט צו פֿיל צעטומלט די אײַנוווינער אין די בנינים און האָט זיי ניט איבערגעלאָזט גענוג צײַט צו אַנטלויפֿן.
פּיטער גערסטן, אַ גענעראַל־מאַיאָר אינעם אַמעריקאַנער לופֿט־פֿלאָט וואָס דינט ווי דער „וויצע־קאָמאַנדיר פֿאַר אָפּעראַציעס און אויסשפּיר‟ פֿאַר דער קאָאַליציע קעגן „אײַסיס‟, האָט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ איבערגעגעבן, אַז די אַמעריקאַנער מיליטער האָט געזען ווי די ישׂראלים האָבן זיך באַנוצט מיטן זעלביקן מעטאָד. „מיר האָבן דווקא געקוקט און אָבסערווירט זייער פּראָצעדור‟. פֿון דעסטוועגן האָט גערסטן דערקלערט, האָבן די אַמעריקאַנער ניט קאָאָרדינירט מיט צ״הל בײַם צוגרייטן דעם אַטאַק. דער גענעראַל־מאַיאָר האָט איבערגעגעבן, אַז די אַמעריקאַנער וועלן זיך ווײַטער באַנוצן מיטן מעטאָד.
די אַמעריקאַנער מיליטער אָנערקענט, אַז זי האָט ביז־אַהער דערהרגעט 41 ציווילע־לײַט דורך אירע לופֿט־אַטאַקן קעגן „אײַסיס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.