די וואָך זענען צוויי ניו־יאָרקער פּיעסעס אויף ייִדיש, „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ און „די גאָלדענע כּלה‟, נאָמינירט געוואָרן אין עטלעכע קאַטעגאָריעס פֿון די אָנגעזעענע „דראַמאַ דעסק‟ פּרעמיעס פֿאַרן יאָר 2015.
„טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ — יוסף בולאָפֿס איבערזעצונג פֿון אַרטור מילערס באַרימטער פּיעסע, וואָס איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿון New Yiddish Rep — איז נאָמינירט געוואָרן אין דער קאַטעגאָריע, „אויסערגעוויינטלעכע אויפֿלעבונג פֿון אַ פּיעסע‟, און איר הויפּט־אַקטיאָר, אַבֿי האָפֿמאַן, איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן פּריז פֿאַרן בעסטן אַקטיאָר אין אַ פּיעסע.
„די גאָלדענע כּלה‟, פּראָדוצירט פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, איז נאָמינירט געוואָרן אין דער קאַטעגאָריע — אויסערגעוויינטלעכע אויפֿלעבונג פֿון אַ מיוזיקל, בעת די רעזשיסאָרן, מאָטל דידנער און ברײַנע וואַסערמאַן, האָבן באַקומען נאָמינאַציעס פֿאַרן בעסטן רעזשי פֿון אַ מיוזיקל.
דידנער האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די בשׂורה האָט אים געשאַפֿן „גרויס פֿרייד און שטאָלץ, נישט נאָר מיט אונדזערע נאָמינאַציעס, אָבער אויך מיט ׳טויט פֿון אַ סיילסמאַן׳. אַזאַ יאָר פֿאַר ייִדיש־טעאַטער!‟
די „דראַמע דעסק‟ פּרעמיעס, וואָס ווערן אויסגעטיילט יעדעס יאָר פֿאַר כּלערליי קאַטעגאָריעס, איז דער איינציקער ניו־יאָרקער פֿאַרמעסט אין וועלכן די פּראָדוקציעס אין די גרויסע בראָדוויי־טעאַטערס קאָנקורירן קעגן פּיעסעס און מיוזיקלס אין קלענערע זאַלן. די בראָדוויי־פּראָדוקציעס פֿאַרנעמען, צום ווייניקסטן, 500 ערטער; Off Broadway־אויפֿפֿירונגען האָבן צווישן 99 און 499 ערטער, און די נאָך קלענערע Off-Off-Broadway טעאַטערס האָבן ווייניקער ווי 99 ערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.