דער מעלבורנער „ייִדישער חורבן־מוזעום און פֿאָרש־צענטער‟ האָט געמאָלדן, אַז די בלײַענע צירונג־פֿאָרמע װאָס אַ „שינדלער ייִד‟ האָט גענוצט צו מאַכן אַ פֿינגערל פֿאַר אָסקאַר שינדלערן איז געפֿונען געװאָרן צװישן „אַ באַרג מיסט“ און װעט געװיזן װערן פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט אינעם מעלבורנער חורבן־מוזעום. דאָס גאָלד פֿאַרן פֿינגערל, װאָס האָט געשפּילט אַ ראָלע אין סטיװען שפּילבערגס פֿילם װעגן די שינדלערס, איז געקומען פֿון די פּלאָמבעס װעלכע דאַנקבאַרע שינדלער ייִדן האָבן פֿרײַװיליק אַרױסגעריסן פֿון די אײגענע מײַלער בײַם סוף פֿון דער מלחמה, כּדי צו מאַכן דאָס פֿינגערל. שינדלער און זײַן פֿרױ האָבן געראַטעװעט אַן ערך 1,200 ייִדן פֿון די נאַציס און אַ טײל פֿון זײ האָבן זיך באַזעצט אין מעלבורן, אױסטראַליע, נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה.
שינדלער האָט פֿאַרלױרן דאָס פֿינגערל באַלד נאָכן סוף פֿון דער מלחמה. די פֿאָרמע איז אָבער געקומען קײן אױסטראַליע אין אײנעם מיטן גאָלדשמידט יוסף גראָס, װאָס האָט באַשאַפֿן דאָס פֿינגערל. די פֿאָרמע איז געפֿונען געװאָרן צװישן גראָס’ ירושה נאָך זײַן טױט אין 1997. דער „יד־ושם‟ האָט געװאָלט האָבן די פֿאָרמע פֿאַר זײַן אױסשטעלונג, נאָר גראָס’ זון האָט באַשלאָסן צו שענקען זי דעם מעלבורנער חורבן־מוזעום „װײַל דער פֿאָטער האָט געװױנט אין מעלבורן‟.
די ייִדישע קאַפּעליע „די באַשעװיס־זינגערס‟ האָט אַרױסגעלאָזט איר ערשט קאָמפּאַקטל ייִדישע לידער. די קאַפּעליע באַשטײט פֿון כאַסקי גאַװענדאַ, זײַן שװעסטער חוה גאַװענדאַ און זײער שװעסטערקינד, גדעון פּרײַס. כאַסקי און גדעון געהערן אױך צו דער מעלבורנער אינדי־מוזיק קאַפּעליע „האָסקי‟, װאָס שפּילט ענגלישע לידער.
דאָס קאָמפּאַקטל, װאָס באַװײַזט דעם טאַלאַנט פֿון די דרײַ צו שאַפֿן פּרעכטיקע האַרמאָניעס, באַשטײט פֿון לידער פֿון מרדכי געבירטיג, איציק מאַנגער, עליזה גרינבלאַט און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן. עס געפֿינען זיך אױך לידער אױפֿן קאָמפּאַקטל פֿון חוה און כאַסקיס טאַטן, משה גאַװענדאַ, װאָס איז באַקאַנט אין אױסטראַליע װי אַ פֿעיִקער זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר. כאַסקי גאַװענדע האָט געשאַפֿן די נאָטן צו די נײַע לידער.
דער חיפֿהער „תּכניון‟ האָט צום ערשטן מאָל אָנגעפֿירט מיט אַ יערלעכער פּרעמיע פֿאַר תּלמידים און תּלמידות פֿון ייִדישע טאָגשולן פֿון איבער גאָר דער װעלט. די קינדער האָבן געדאַרפֿט שאַפֿן אַ „רוב גאָלדבערג‟ מאַשין לכּבֿוד פּסח. דאָס הײסט אַז די מאַשין דאַרף טאָן עפּעס זײער פּשוט אױף זײער אַ קאָמפּלעצירטן אופֿן. מער װי 600 תּלמידים און תּלמידות װעלכע לערנען זיך אין 41 ייִדישע טאָגשולן אין אױסטראַליע, אײראָפּע, אַפֿריקע און צפֿון־אַמעריקע האָבן אָנטײלגענומען אינעם פֿאַרמעסט.
די געװינערס אין דער מיטלשול־דיװיזיע זײַנען געװען פֿיר תּלמידים און תּלמידות פֿונעם 7טן קלאַס אינעם „ביאַליק־קאָלעדזש‟ אין מעלבורן, אין אײנעם מיט אַ מאַנשאַפֿט פֿון 6טן קלאַס אין דער „שעק הלל קאָמיוניטי שול‟ אין נאָרט מיאַמי ביטש, פֿלאָרידע, אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. בײדע טאָגשולן האָבן געװוּנען דרײַ־דימענסיאָנעלע דרוקערס. דער אױסטראַלישער פּראָיעקט האָט געװיזן די 10 מכּות און האָט צום סוף אַנטפּלעקט אַ קאַרע [סדר טעלער].
אַ נײַ ענגליש בוך איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן פֿונעם באַקאַנטן מעלבורנער שרײַבער און רעדנער אַרנאָלד זײבל, װאָס האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין ניו־יאָרק במשך פֿון די שפּעט 1970ער יאָרן. דאָס בוך הײסט „דאָס געשלעג“ (The Fight) און דערצײלט װעגן דער משפּחה פֿון צװײ יונגע ייִדן פֿונעם צװײטן דור װעלכע זײַנען געװאָרן באָקסער בעת די 1960ער און 1970ער יאָרן. דאָס בוך דערצײלט אױך װעגן זײער מאַמענס קאַמף קעגן דער מרה־שחורה און װעגן דעם קאַמף פֿון אײנעם פֿון די ברידער צו העלפֿן יוגנטלעכע װעלכע װױנען אױף די גאַסן אָדער האָבן פּראָבלעמען מיט דער פּאָליצײ און די לאָקאַלע געריכטן.
זײבלס ערשט בוך „אײדלשטײנער און אַש‟ (Jewels and Ashes) איז אַרױס מיט פּונקט 25 יאָר צוריק און איז איבערגעזעצט געװאָרן אױף ייִדיש פֿון ראָמעק מאָקאָטאָװ. דאָס בוך דערצײלט װעגן זײבלס ערשטער רײַזע קײן פּױלן און װעגן זײַנע עלטערן, ביאַליסטאָקער ייִדן, װעלכע האָבן אױסגעמיטן דעם חורבן פֿון זײער הײמשטאָט אָבער נישט די רעזולטאַטן דערפֿון.
די אָרגאָניזאַציע „צדק‟, װאָס רעפּרעזענטירט ייִדן װעלכע לײַדן װײַל סעקסועלע פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן זײ, אַרבעט איצט מיט מיט דער אָרגאָניזירטער ייִדישער קהילה אינעם שטאַט קװינסלאַנד צו שאַפֿן אַן אָנגײענדיקן סוב־קאָמיטעט פֿון דער אָרגאָניזאַציע. די גרופּע װעט העלפֿן לאָקאַלע געליטענע; װעט העלפֿן ייִדישע אָרגאָניזאַציעס צוצוגרײטן צוגאַנג־פּאַפּירן, כּדי אױסצומײַדן אַזעלכע פֿאַרברעכנס, און צו דערציִען לאָקאַלע לערער און כּלל־טוערס, אַז זײ זאָלן קענען דערקענען סימנים, אַז אַזעלכע פֿאַרברעכנס קומען פֿאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.