אין מאָסקווע האָט זיך אָנגעהויבן אַ סעמינאַר פֿאַר לערער פֿון ייִדישע שולן און ייִדישע קהילה־טוער, אָרגאַניזירט פֿון „סוכנות‟, דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון ניו־יאָרק און „קליימס־קאָנפֿערענץ‟. מיטוואָך דעם 5טן מײַ איז פֿאָרגעקומען די עפֿענונג און די צערעמאָניע לכּבֿוד דעם חורבן־טאָג. אויף דעם סעמינאַר איז געקומען דער ייִדישער דיכטער און קענער פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור פֿון ישׂראל, וועלוול טשערנין. אַ טייל זײַנע רעפֿעראַטן זענען געווידמעט דער טעמע פֿון חורבן אין ייִדישער ליטעראַטור אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
לכּבֿוד דעם טאָג פֿון חורבן איז אין מאָסקווער צענטער „חורבן‟ פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט רומאַן לוין — געוועזענער אסיר פֿון ברעסטער געטאָ, שרײַבער און דיכטער, וואָס וווינט איצטער אין דײַטשלאַנד. ער האָט דערציילט וועגן ברעסטער געטאָ און פֿאָרגעלייענט זײַנע נײַע לידער. די פֿאַרטרעטער פֿונעם צענטער „חורבן‟ האָבן צוגעגרייט אַ פּעטיציע, די פֿאַרוואַלטונג פֿון ברעסט זאָל צוטיילן לוינען דעם טיטל פֿון כּבֿוד־בירגער פֿון דער שטאָט. אין דער באַגעגעניש האָבן אָנטייל גענומען פֿאָרשער פֿון חורבן און שול־תּלמידים פֿון פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע לענדער.
לכּבֿוד דעם טאָג פֿון חורבן האָט דער רוסלענדישער חב״ד אָרגאַניזירט אַ רײַזע פֿון ייִדישער יוגנט קיין אוישוויץ. איבער 800 ייִדישע סטודענטן פֿון 35 רוסישע שטעט, קודם־כּל, אַקטיוויסטן פֿון ייִדישע קהילות, האָבן זיך באַטייליקט אין דער רײַזע קיין פּוילן, באַזוכט אוישוויץ און בירקענאַו און אָנטייל גענומען אינעם „לעבן־מאַרש‟. אָנגעפֿירט מיט דער דעלעגאַציע האָט דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד, ר’ בערל לאַזאַר. די רײַזע האָט געהאַט אַן אָפֿיציעלן־פֿאַרטרעטערישן כאַראַקטער. צו די באַטייליקטע האָבן זיך געוואָנדן מיט רעדעס אי די הויפּטן פֿונעם חב״ד, אי עטלעכע רוסלענדישע טשינאָווניקעס.
נאָך פּוילן וועלן די באַטייליקטע באַזוכן שפּאַניע. די עקסקורסיעס וועלן זײַן געווידמעט דער געשיכטע פֿון ייִדן אין שפּאַנישע שטעט, שפּאַניש שׂינאת־ישראל און דעם גירוש־ספֿרד.
אויף דער אינטערנעץ איז אַנטשטאַנען אַ נײַע וועבזײַט, „אין זוכעניש נאָכן אומבאַקאַנטן חורבן‟. דער מחבר פֿון דער זײַט איז דער רעזשיסאָר באָריס מאַפֿציר. אויף דער זײַט קען מען זען זײַנע פֿילמען „די וועכטער פֿון זכּרון‟ און „חורבן, דער מיזרח־פֿראָנט‟. באַלד וועט זײַן דאָרטן צוגענגלעך אויך זײַן פֿילם „איבערן ניסטער‟ וועגן דעם חורבן אין טראַנסניסטריע. דער ציל פֿונעם פּראָיעקט איז ניט נאָר צו פֿאַראייביקן דעם זכּרון פֿון די אומגעקומענע, נאָר אויך דערציילן די געשיכטע פֿון אַרויסלאָזן די טעמע פֿון חורבן פֿון קאָלעקטיוון זכּרון אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
דער ישׂראלדיקער קולטור־צענטער האָט דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע פֿון אָנצינדן די ליכט און האָט דעמאָנסטרירט דעם פֿילם „׳יד־ושם׳: מיר זענען געבליבן לײַט‟, וואָס דערציילט פֿון לעבן פֿון פֿאַניע בראַנצאָווסקי, ייִדישער פּאַרטיזאַנערקע, וואָס לעבט ביז הײַנט צו טאָג אין איר היימשטאָט, ווילנע.
צו די אַנדערע נײַעס: אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט דעם גרויסן סאָוועטישן אַוואַנגאַרדיסט, ייִדישן קינסטלער און סקולפּטאָר — על ליסיצקי. דעם רעפֿעראַט וועגן ליסיצקיס אידעען אין קאָנסטרויִרן, ביכער־אילוסטראַציעס, פֿאָטאָגראַפֿיע און אַרכיטעקטור האָט געהאַלטן פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר לאַוורענטיעוו.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דער רוסלענדישער חב”ד אָרגאַניזירט אַ ציקל וועב־סעמינאַרן „ווי צו דערציִען ייִדישע קינדער‟. מיטן סעמינאַר פֿירט אָן די רביצין איידי קוראַווסקי. ווי צוהערער האָבן זיך פֿאַרשריבן ניט ווייניק פֿרויען, כאָטש דער פֿרומער עולם וואָס זאָל זיך אינטערעסירן מיט אַזעלכע טעמעס איז אין מאָסקווע נאָך ניט אַזוי גרויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.