בעת אַ גרויסער טייל פֿון דער שארית־הפּליטה האָט שוין דערגרייכט אַ הויכן עלטער, האָבן אַ סך פֿון זייערע דערוואַקסענע קינדער במילא אָנגענומען מער אַחריות בײַם אויפֿפּאַסן אויף זיי.
די קינדער פֿון לעבן געבליבענע ווייסן שוין פֿון לאַנג, אַז געוויסע געשעענישן רופֿן בײַ די עלטערן אַרויס מוראדיקע זאָרגן, טרויער און אַפֿילו קאָשמאַרן. איצט, אַז אַ טייל פֿון די זקנים ווערן אויך פֿיזיש שוואַכער אָדער אַפֿילו עובֿר־בטל, און מע דאַרף אָנשטעלן אַ מענטש, וואָס זאָל אַכטונג געבן אויף זיי, קאָן עס שאַפֿן נאָך מער פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען פֿאַר די ייִדן, וואָס האָבן אַ מאָל געליטן פֿונעם נאַצי־גיהנום.
בײַ אַ סך פֿון די דערוואַקסענע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, קאָנען זיך איצט אַנטוויקלען אָנשטרענגונגען מיט די עלטערן, מיט זייערע מענער און ווײַבער, און מיט זייערע קינדער. עס שאַפֿן זיך אויך נײַע שפּאַנונגען צווישן די שוועסטער און ברידער; למשל, ווען איינער באַשולדיקט אַ צווייטן, אַז יענער העלפֿט נישט גענוג. געוויסע מענטשן פֿילן זיך אַליין שולדיק (אַפֿילו אויב זיי טוען אַלץ, וואָס זיי קענען), אָדער פֿילן, אַז דער עול איז צו שווער.
עקספּערטן זאָגן, אַז ס׳איז זייער וויכטיק, אַז די קינדער פֿון די שארית־הפּליטהניקעס זאָלן אַרומרעדן די פֿראַגע, ווי אַזוי קומט עס, אַז יעדעס קינד פֿון די לעבן געבליבענע שפּילט אָפֿט מאָל אַן אַנדער ראָלע אין דער משפּחה; פֿאַר וואָס די ראָלעס האָבן אַ מאָל געהאַט אַ געוויסן שׂכל, און פֿאַר וואָס ס׳איז געקומען די צײַט זיי צו בײַטן, און דערבײַ פֿאַרבעסערן דעם שלום־בית.
ס׳איז אויך וויכטיק צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי מע קען באַזאָרגן טאַטע־מאַמע מיט אַ גוטער באַדינונג, און גלײַכצײַטיק נישט „משפּטן‟ זיך אַליין אָדער אַנדערע קרובֿים לויט אוממעגלעכע סטאַנדאַרטן.
אָנהייבנדיק פֿונעם 10טן מײַ, וועט זיך אָנהייבן אַ חודשלעכע שמועס־גרופּע אין באָראָ־פּאַרק, וווּ די דערוואַקסענע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה וועלן זיך טרעפֿן אַרומצורעדן וואָס זיי קענען טאָן פֿאַר טאַטע־מאַמע, סײַ איצט, סײַ אויף להבא; ווי אַזוי דאָס לעבן פֿון די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה איז אַנדערש ווי די קינדער פֿון אַנדערע משפּחות; און ווי אַזוי מע קען פֿאַרבעסערן דעם שלום־בית, נישט געקוקט אויף די נײַע שוועריקייטן.
די טרעפֿונגען קאָסטן נישט קיין געלט, און מע מוז זיך נישט פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. מענער און פֿרויען וועלן זיצן באַזונדער.
די פּראָגראַם ווערט געשטיצט פֿון די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע, דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ, און דער „ביקור־חולים חסד אָרגאַניזאַציע‟.
די ערשטע פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 10טן מײַ, 7:00—8:30 אין אָוונט, אינעם באָראָ־פּאַרק־Y:
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, קלינגט דבֿורה נעמי וואָטערס: 718-438-2020, x7452
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.