נײַער ווידעאָ: נאָך אַ ייִנגל „געגלעט‟ פֿון חסידישן מנהל

New Video Shows 2nd Boy Caressed by Hasidic Principal


פֿון ייִט״אַ

Published May 06, 2016, issue of May 27, 2016.

ניו־יאָרק. — צום צווייטן מאָל אין איין וואָך האָט זיך באַוויזן אַ ווידעאָ, וווּ דער מנהל פֿון דער גרעסטער ישיבֿה אינעם סאַטמערער שטעטל קרית־יואל דריקט אַ ייִנגל צו צו זיך, און האַלט אים אין איין קושן — אַ זאַך, וואָס אַקטיוויסטן טענהן איז אַ פֿאַל פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג.

מיט אַ וואָך פֿריִער האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צווייטן ווידעאָ אַראָפּגענומען דורך אַ באַהאַלטענער קאַמערע, וואָס ווײַזט ווי דער זעלבער חסידישער מאַנסביל, זיצנדיק אינעם זעלבן ביוראָ, גלעט און רײַבט זיך קעגן אַ צווייט ייִנגל, וואָס פּרוּווט, אַ פּנים, צו אַנטלויפֿן, אָבער דער מאַן האַלט אים פֿעסט צו זיך. יענער ווידעאָ ווערט איצט אויסגעפֿאָרשט דורך דער פּאָליציי.

דער מאַן אין דער ווידעאָ, זאָגט מען, איז אַ דירעקטאָר פֿון דער גרעסטער ישיבֿה אין קרית־יואל — „ישיבֿה תּורה ויראה דרבינו יואל דסאַטמאַר‟ — אַ שול מיט קלאַסן פֿון קינדערגאָרטן ביזן צוועלפֿטן קלאַס, וווּ עס לערנען זיך בערך 6,000 תּלמידים. די ייִט״אַ האָט זיך געפּרוּווט פֿאַרבינדן מיט אים אָבער קיין ענטפֿער נישט באַקומען.

אַ טייל חסידישע עסקנים האָבן אים פֿאַרטיידיקט פֿאַר דער פּרעסע. איינער, יוסף וואַלדמאַן, האָט איבערגעגעבן אַן אָרטיקער טעלעוויזיע נײַעס־סטאַנציע, אַז דער מנהל איז אַן אָנגעזעענער רבֿ אין דער קהילה.

„ער טוט נישט קיין בייז די קינדער. ער האָט געווידמעט זײַן גאַנץ לעבן צו זיי,‟ האָט וואַלדמאַן געזאָגט. „ער איז אַזאַ ליבהאַרציקער מענטש, אַז אַנשטאָט צו שלאָגן אַ קינד מיט אַ פּאַסיק, וועט ער גיכער אים גיבן נאָך אַ קוש אָדער אויף אַן אַנדער אופֿן אַרויסווײַזן זײַן ליבשאַפֿט.‟

אינעם נײַעם ווידעאָ זעט מען ווי דער מאַן גיט דעם קינד אַ צוקערקע נאָך דעם אינצידענט.

וואַלדמאַן האָט באַשולדיקט געוויסע געוועזענע חסידים אין האָבן פֿאַרשפּרייט דעם ווידעאָ ווי אַ מיטל צו באַשמוציקן דעם שם פֿון דער חסידישער קהילה אין אַלגעמיין.

„זיי ווילן זיך נוקם זײַן,‟ האָט וואַלדמאַן געטענהט.

די אַקטיוויסטן, וואָס האָבן געהאָלפֿן פֿאַרשפּרייטן דעם ערשטן ווידעאָ האָבן אָבער געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז זייער ציל איז צו באַשיצן די חסידישע קינדער פֿון די סעקסועלע אַטאַקן.

„איך קען אָנשרײַבן גאַנצע ביכער וועגן דער סעקסועלער באַלעסטיקונג, וואָס קומט פֿאָר אין דער חסידישער קהילה, און ווי אַזוי מע פּרוּווט עס צו פֿאַרדעקן,‟ האָט באַמערקט בורי דויטש, אַן אַנטי־באַלעסטיקונג אַקטיוויסט, וועלכער האָט פֿאַרשפּרייט דעם ערשטן ווידעאָ אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ. „איך בין אַליין אויפֿגעוואַקסן בײַ די סאַטמערער אין וויליאַמסבורג, און איך פֿיל זיך מתחייבֿ צו לאָזן דער וועלט וויסן וועגן דעם.‟