זינט איך בין באַשטימט געוואָרן ווי די רעדאַקטאָרין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָט מען נישט איין מאָל דערמאָנט ווי וויכטיק עס איז וואָס צום ערשטן מאָל זינט די צײַטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1897, פֿירט אַ פֿרוי אָן מיט דער רעדאַקציע.
מיט יאָרן צוריק פֿלעג מײַן טאַטע טאַקע טענהן, פֿאַר וואָס געפֿינען זיך אַזוי ווייניק פֿרויען אין דער פֿירערשאַפֿט, אָדער אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון די ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס — אַפֿילו בײַ די וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן געפּריידיקט (כאָטש טעאָרעטיש) די וויכטיקייט פֿון גלײַכע רעכט.
דער פֿאַקט, אַז אַ פֿרוי וועט איצט אָנפֿירן מיט דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע טראָגט דערפֿאַר אַ וויכטיקן סימבאָלישן באַטײַט.
אָבער לויט מײַן באַשיידענעם קוקווינקל, איז דאָ אַ צווייטער פֿאַקטאָר אין דעם דאָזיקן איבערגאַנג, וואָס האָט נאָך אַ גרעסערן באַטײַט, און וועט, אין לעצטן סך־הכּל, אַ סך מער באַווירקן דעם כאַראַקטער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אויף להבא: צום ערשטן מאָל איז דער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער.
די אַמאָליקע רעדאַקטאָרן אַב קאַהאַן און הילל ראָגאָוו זענען ביידע געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד; מרדכי שטריגלער — אין זאַמאָשטש, פּוילן; שמעון וועבער — סטאַשעוו, פּוילן; באָריס סאַנדלער — אין בעלץ, מאָלדאַוויע.
און איך? אין בראָנקס, ניו־יאָרק…
פֿון איין זײַט, איז עס אַ מעלה, וואָס איך בין אַ הי־געבוירענע. במשך פֿון מײַן יוגנט האָב איך זיך געלערנט סײַ אין דער „פּאָבליק סקול‟, סײַ אין דער ייִדישער שול; 22 זומערן פֿון מײַן לעבן האָב איך פֿאַרבראַכט אין פֿאַרשידענע ייִדישע זומער־לאַגערן — דער בונדיסטישער „קעמפּ המשך‟, דער „אַרבעטער־רינג‟־קעמפּ „קינדער־רינג‟, דער ניו־יאָרקער פֿעדעראַציע־לאַגער — „סורפּרײַז לייק קעמפּ‟, און דער העברעיִסטישער לאַגער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג — „קעמפּ רמה‟. במשך פֿון די יאָרן בין איך געווען אַקטיוו אין אַ צאָל שילן, און האָב זיך גוט באַקענט מיט די פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס און שטראָמען פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דערבײַ האָב איך אָנגעזאַמלט אַ היפּשע צאָל קאָנטאַקטן, וואָס קומען מיר כּסדר צו ניץ ווי אַ רעפּאָרטער, און איצט — ווי דער רעדאַקטאָר.
פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער פֿאַקט וואָס איך בין אַן אַמעריקאַנער אויך אַ חסרון. ייִדיש איז, אין תּוך אַרײַן, אַ מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַך. דאָרט, אין די שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן, ליטע, אוקראַיִנע און רוסלאַנד, האָט ייִדיש זיך אַנטוויקלט אַן אייגנאַרטיקן אייראָפּעיִשן כאַראַקטער, און דאָרט האָט זי דערגרייכט איר שאַפֿעשירן הויכפּונקט, וואָס איז אַכזריותדיק פֿאַרשניטן געוואָרן אינעם חורבן.
בײַ די ייִדן וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אין מיזרח־אייראָפּע, איז ייִדיש געווען נישט בלויז אַ שפּראַך, נאָר אַ לעבן־שטייגער, מיט פֿאַרשידענע סובטילע נואַנסן, אַ געוויסן מין הומאָר, און אַ ספּעציפֿישן וועלטבאַנעם. כאָטש איך קען די ייִדישע גראַמאַטיק (מײַן טאַטע, דער לינגוויסט, האָט פֿאַרזיכערט, אַז מיר זאָלן קענען די תּקנות), באַמערק איך אַליין וויפֿל קולטורעלע בלויזן איך האָב ווען איך לייען די גרויסע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. נישט תּמיד פֿאַרשטיי איך די איראָניע אין מענדעלעס ראָמאַנען, אָדער די חכמות אין שלום־עליכמס דערציילונגען.
במשך פֿון די יאָרן האָב איך זיך יאָ דערוווּסט וועגן דער מזרח־אייראָפּעיִשער קולטור דורך מײַן מאַן, לייבל איידלמאַן, וואָס האָט פֿאַרבראַכט די ערשטע 20 יאָר פֿון זײַן לעבן אין פּוילן, און דורך זײַנע קרובֿים אין שוועדן און ישׂראל: ייִדישע ווערטער, אויסדרוקן און וויצן, וואָס איך האָב פֿריִער נישט געהערט, און געוויסע פּרטים פֿון געזעלשאַפֿטלעכער עטיקעט, וואָס איז בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן ווייניק באַקאַנט.
איך ווייס, אַז איך דאַרף זיך נאָך אַ סך לערנען. כ׳האָב לעצטנס ווידער אָנגעהויבן לייענען דאָס בוך זכרונות פֿון מײַן באָבע, ליפֿשע גאָטעסמאַן־שעכטער, „דורכגעלעבט אַ וועלט‟ (שוין דרײַ מאָל האָב איך עס אָנגעהויבן אָבער קיין מאָל נישט פֿאַרענדיקט), וווּ זי דערציילט פּרטימדיק וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין דער זוויניעטשקע, ייִגאָלניצע און די אַנדערע ערטער אין דער בוקאָווינע, וווּ אונדזער משפּחה האָט יאָרן לאַנג געוווינט. ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו לייענען וועגן די פֿאַרשידענע טיפּן פֿון יענע צײַטן, וועגן די מאכלים, וואָס זיי האָבן צוגעגרייט און זייער לעבן־שטייגער בכלל.
דערווײַל שטייען שוין אויף מײַן ביכער־שאַפֿקעלע צוויי אַנדערע ביכער, גרייט צום לייענען: „אַ שטאָט מיט ייִדן: זכרונות און געשטאַלטן‟ פֿון שלמה ביקל, און „דורכן שפּאַקטיוו פֿון אַ זייגער־מאַכער‟ פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט.
ווער ווייסט? אפֿשר וועל איך זיך גענוג אָנלייענען מיט די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּאָרטרעטן, אַז איך וועל מיט דער צײַט אַליין אײַנזאַפּן אַ ביסל פֿונעם כאַראַקטער און דעם וועלטבאַנעם פֿון די אַמאָליקע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.