אַפּריל איז געווען דער ערשטער חודש אין זעקס חדשים אין וועלכע קיין ישׂראלי איז ניט אומגעקומען אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק.
מיט „בלויז‟ סך־הכּל 115 אַטאַקן, איז אין אַפּריל פֿאָרגעקומען ווייניקער אַטאַקן ווי אינעם פֿריִערדיקן חודש און אין אַפּריל איז פֿאָרגעקומען די סאַמע־נידעריקסטע צאָל אַטאַקן זינט יולי, ווען עס זענען פֿאָרגעקומען 103 אַטאַקן.
פֿון די 18 ישׂראלים וואָס זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין טעראָריסטישע אַטאַקן אין אַפּריל לײַדן 16 פֿון זיי פֿון וווּנדן, וואָס זיי האָבן באַקומען ווען אַ טעראָריסט האָט דעם 18טן אַפּריל אויפֿגעריסן אַ באָמבע אויף אַן אויטאָבוס אין ירושלים. די אַנדערע צוויי פֿאַרוווּנדיקטע זענען ביידע אַטאַקירט געוואָרן דעם 3טן אַפּריל. אין איין פֿאַל האָט אַ טעראָריסט לעבן ירושלים פֿאַרוווּנדיקט אַ פּאָליציאַנט מיט אַ צינד־באָמבע; אינעם צווייטן פֿאַל האָט אַ טעראָריסט געשטאָכן אַ פֿאַרבײַגייער אין דער שטאָט ראָש־העין.
פֿון די 115 דאָקומענטירטע אַטאַקן האָבן די טעראָריסטן זיך באַנוצט מיט צינד־באָמבעס 91 מאָל.
זינט אויגוסט זענען אַרום 30 מענטשן דערהרגעט געוואָרן דורך טעראָריסטן און הונדערטער זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. אַרום 200 פּאַלעסטינער זענען אויך דערהרגעט געוואָרן אין דער זעלביקער צײַט, ס׳רובֿ בשעת זיי האָבן אָנגעפֿירט מיט טעראָריסטישע אַטאַקן אָדער בעת מהומות.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט אין אָקטאָבער באַצייכנט די עסקאַלאַציע ווי אַ „טעראָר־כוואַליע‟. אַ סך זשורנאַליסטן אין דער ישׂראלדיקער און פּאַלעסטינער מעדיאַ רופֿן עס אָן „די דריטע אינטיפֿאַדאַ‟ אָדער „די מעסער־אינטיפֿאַדאַ‟.
אין נאָוועמבער זענען געווען 326 אַטאַקן, אין דעצעמבער — 246, אין יאַנואַר — 169, אין פֿעברואַר — 155 און אין מאַרץ — 123.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.