ס’האָבן אויפֿגעהערט ריידן
די ביקסן.
ס’האָבן אָנגעהויבן ריידן
געוויקסן.
— עזרא פֿינינבערג, „פֿרידן‟
איך ווייס, אַז ס’רובֿ מענטשן פֿון מײַן דור, געבוירן דאָ אין אַמעריקע, האָבן קוים געהערט וועגן דעם נצחון־טאָג. פֿאַר די אימיגראַנטן, וואָס אונדזער קינדשאַפֿט איז אַדורך אויף די רחבֿותן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז עס געווען דער גרעסטער יום־טובֿ. נישט ווײַל דאָס בלעטל אויפֿן קאַלענדאַר, 9טער מײַ, האָט אויסגעזען יום־טובֿדיק רויט — אַזוי האָבן אויסגעזען אויך די זײַטלעך פֿון צוויי אַנדערע וויכטיקע מלוכישע חגאות — דער ערשטער מײַ, דער סאָלידאַריטעט־טאָג מיט דער וועלט־אַרבעטשאַפֿט, און דער זיבעטער נאָוועמבער — דער טאָג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. דער „נצחון־טאָג‟ איז געווען פֿון גאָר אַן אַנדער מין; דעם טאָג האָט מען געפֿײַערט נישט בלויז ווײַל די מלוכה האָט אַזוי באַשטימט, נאָר ווײַל דאָס פֿאָלק אַליין האָט אַזוי געוואָלט.
מיר קינדער, געבוירן נאָכן גרויסן זיג איבער נאַצי־דײַטשלאַנד, האָבן, פֿאַרקערט, זייער באַדויערט, וואָס די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט נאָך איידער מיר זײַנען געבוירן געוואָרן. סטײַטש, מיר וואָלטן דאָך אויך געקאָנט זיך שלאָגן מיטן שׂונא, ווי מיר האָבן עס געזען אין קינאָ, בײַם לייענען ביכער, און דאָס וויכטיקסטע — געהערט פֿון די עלטערן. און כאָטש זיי, בעת זייערע דערמאָנונגען, פֿלעגן שטענדיק שווער זיפֿצן, האָט די פֿאַנטאַזיע אונדז אַוועקגעטראָגן אויף די בלוטיקע שלאַכטן און געמאַכט יעדן פֿאַר אַ העלד. די ייִנגעלעך האָבן קיין בעסערע שפּיל, ווי מלחמה, נישט געהאַט. זיך צעטיילט אויף צוויי מחנות — רוסישע און דײַטשן — וואָלטן מיר געוויס אויסגעהרגעט איינער דעם אַנדערן פֿון די אויסגעשניצטע הילצערנע נאַגאַנען, ווען נישט די מאַמעס, מיט זייערע געשרייען: „גענוג, אַהיים!‟ אַלע האָבן געוואָלט זײַן „רוסישע‟, און קיינער — „דײַטשן‟.
די מלחמה וואָס מיר האָבן געוווּסט, האָט זיך גערופֿן „די גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה‟. אין שול האָט מען אונדז געלערנט, אַז אַלע פֿעלקער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווי איין גרויסע ברידערלעכע משפּחה, אַחוץ ייִדן, האָבן אויסגעקעמפֿט אָט דעם נצחון־טאָג. ניין, מ’האָט, פֿאַרשטייט זיך, בוכשטעבלעך נישט אָנגעוויזן — „אַחוץ ייִדן‟; די ייִדן האָט מען פּשוט צווישן דער „ברידערלעכער פֿעלקער־משפּחה‟ נישט אָנגערופֿן. דעריבער איז פֿאַר אונדז, ייִדישע קינדער, דער הויפּט־קוואַל וועגן דער מלחמה געווען די משפּחה.
פֿון מײַן מאַמע און באָבען האָב איך זיך דערוווּסט, אַז נאָך איידער אין זייער בעסאַראַבער שטעטל מאַרקולעשט איז אַרײַן דער ערשטער רומענישער סאָלדאַט, האָבן שוין די אָרטיקע מאָלדאַוואַנער געראַבעוועט די ייִדישע הײַזער און געקוילעט זייערע ייִדישע שכנים. מײַן מאַמעס משפּחה האָט זיך קוים געראַטעוועט, כאָטש נישט אַלע קרובֿים האָבן געהאַט אַזאַ מזל.
מײַן טאַטע און זײַן משפּחה זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן אין טראַנסניסטריע. זײַן ייִנגערער ברודער האָט זיך אויסבאַהאַלטן די אַלע יאָרן בײַ זײַן גוייִשן חבֿר; און מײַן טאַטן גופֿא האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿונעם לאַגער. נאָך צוויי ייִדישע חבֿרה, אַ צווילינג, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן מיט אים, האָבן די רומענער געכאַפּט און זיי אויפֿגעהאָנגען אין אָדעס אויף איין שטריק. ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט באַפֿרײַט מאָלדאַוויע אין 1944, איז מײַן טאַטע פֿרײַוויליק אַוועק מיט זיי אויפֿן פֿראָנט.
אין דעם נצחון־טאָג, דעם 9טן מײַ, פֿלעגן טאַקע פֿאָרקומען פֿײַערלעכע פּאַראַדן אויף די צענטראַלע פּלעצער פֿון שטעט און שטעטלעך, מיט די מלחמה־וועטעראַנען אין די ערשטע רייען; אָבער נאָך דעם זשום און טראַסק, אין די הײַזער, האָבן די מענטשן זיך צונויפֿגענומען בײַ אַ געדעקטן טיש, און שטיל, היימיש דערמאָנט יענע קרובֿים און פֿרײַנד, וועלכע האָבן אָפּגעגעבן זייער לעבן אויף די פֿראָנטן, מע זאָל קאָנען אַזוי רויִק זיצן און אויסטרינקען צו „הונדערט גראַם‟ אין זייער אָנדענק. צווישן די אומגעקומענע אויפֿן פֿראָנט איז געווען אויך מײַן מאַמעס עלטערער ברודער, פֿעטער בערל, וואָס איך טראָג זײַן נאָמען. ער האָט נישט דערלעבט צו דעם שיינעם נצחון־טאָג בלויז עטלעכע וואָכן…
אין דעם דאָזיקן טאָג פֿלעגן די ייִדן זיך צונויפֿפֿאָרן צו די ערטער, וווּ אין די ברידער־קבֿרים זײַנען געלעגן באַגראָבן זייערע נאָענטע און טײַערע מענטשן. אויף די באַשיידענע מצבֿות, געשטעלט אויפֿן חשבון פֿון די לעבן־געבליבענע קרובֿים און לאַנדסלײַט, האָט די מאַכט פֿאַרווערט אַפֿילו אָנצוּווײַזן, אַז די קרבנות זײַנען פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם. מיר זײַנען דאָך אויך אַלע געווען מיטגלידער פֿון דער „ברידערלעכער משפּחה סאָוועטישע פֿעלקער‟ — ווי אַלע אויף איין פּנים.
מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך ערשט דערוווּסט, אַז אין די מקומות, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן און אָפּגעלעבט איבער פֿערציק יאָר, האָבן די רומענישע פֿאַשיסטן אומגעבראַכט אַן ערך 300 טויזט ייִדן. אין דער געטאָ פֿונעם בעסאַראַבער שטעטל יעדינעץ האָבן זיך געפֿינען 23 טויזנט ייִדן; אין סעקורען — 13 טויזט; אין ווערטוזשען — 21 טויזנט, אין קעשענעוו — 12 טויזנט, אין מאַרקולעשט — 5 טויזנט. די געטאָ־ייִדן האָבן די רומענער נישט דערשאָסן, די מענטשן זײַנען דאָרט אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער און ברענענדיקער היץ, בלײַבנדיק אָן וואַסער. ס’רובֿ בעסאַראַבער ייִדן זײַנען אָבער פֿאַרפּײַניקט געוואָרן אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן; מ’האָט זיי געטריבן אויף די וועגן און דערשאָסן אין די „ריפּעס‟ (ריוון); אָדער געפֿירט אין די אָנגעשטאָפּטע פֿראַכט־וואַגאָנען פֿון איין סטאַנציע צו אַן אַנדערער, ביז זיי זײַנען נישט אָנגעקומען צו זייער לעצטער אייביקער סטאַנציע…
הונדערטער ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער האָבן אַוועקגעגעבן זייער לעבן, פֿאַרטיידנדיק זייער פֿאָטערלאַנד און זייער פֿאָלק — אין דער אַרמיי און פּאַרטיזאַנישע אָטריאַדן. מיר האָט אָפּגעגליקט. אַרײַנגייענדיק אין דער ייִדישער ליטעראַטור מיט 35 יאָר צוריק, האָב איך נאָך פֿאַרכאַפּט און פּערזענלעך געקענט אַ גרופּע שרײַבער, וואָס האָבן זיך געשלאָגן מיט די פֿאַשיסטישע מערדער און שפּעטער עס באַשריבן אין זייערע ביכער: מישע לעוו, הירש דאָבין, הערשל פּאָליאַנקער, אַהרן ווערגעליס, יוסף שוסטער, יוסף קערלער, באָריס מאָגילנער, דוד בראָמבערג, נאָטע לוריע, שמואל גאָרדאָן, חיים מעלאַמוד, זיאַמע טעלעסין, אַלכּסנדר ליזען, יוסף ראַבין, מויני שולמאַן…
נאָך דער גרויסער עליה קיין ישׂראל, האָבן די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען זיך דערשלאָגן, אַז די ישׂראל־רעגירונג זאָל אָנערקענען און מיט חשיבֿות זיך באַציִען צו דעם נצחון־טאָג. יעדעס יאָר טרעפֿן זיך די מלחמה־וועטעראַנען אויך דאָ אין ניו־יאָרק אויף ברײַטאָן־ביטש, דורכצופֿירן זייער באַשיידענעם פּאַראַד לכּבֿוד דעם נצחון־טאָג — אַ טאָג פֿון גרעסטער פֿרייד און גרעסטן ווייטיק אין אונדזער לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.