אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן אין שפּאַניע האָט אַנטדעקט אַ זעלטן בילד פֿון אַ ייִד אויף אַ שערבל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט.
דאָס שערבל (פֿון אַ טאָפּ) האָט מען אויסגעגראָבן אין 2004 אין טערועל, אַ שטאָט אין מזרח פֿון מאַדריד; אָבער ערשט הײַיאָר האָט דער אַרכעאָלאָג אַנטאָניאָ הערנאַנדעז פּאַרדאָס אידענטיפֿיציט דעם מענטש אינעם בילד ווי אַ ייִד. זײַן באַריכט וועגן דעם געפֿינס איז דעם חודש אָפּגעדרוקט געוואָרן אין „ספֿרד‟ — אַ צײַטשריפֿט וועגן דער געשיכטע פֿון די ספֿרדישע ייִדן, האָט לעצטנס איבערגעגעבן די שפּאַנישע נײַעס־אַגענטור EFE.
אויפֿן שערבל זעט מען בלויז דעם אונטערשטן טייל פֿון אַ פּנים מיט אַ באָרד, און אַ טייל פֿון זײַן קאַפּאָטע, באַצירט מיט שליאַרעס. פּאַרדאָס האָט שפּעטער אַנטדעקט אַן ענלעכן בגד אין דער ייִדישער איקאָנאָגראַפֿיע פֿון יענער צײַט.
די דאָזיקע אַנטדעקונג איז וויכטיק פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער שפּאַנישער קונסט, ווײַל די מערסטע שפּאַנישע טעפּ פֿון יענער צײַט האָבן בילדער פֿון בלומען אָדער פֿון געאָמעטרישע סימבאָלן, אָבער ניט פֿון קיין מענטשן. דערצו זײַנען בילדער פֿון שפּאַנישע ייִדן ספּעציעל אַ זעלטענע זאַך. ס׳רובֿ פֿון די דעמאָלטדיקע שילדערונגען פֿון ייִדן געפֿינען זיך ווי קליינע צייכענונגען אויף סידורים און קריסטלעכע געבעטביכער. פּאַרדאָס האַלט, אַז אַ ייִדישער אײַנווינער פֿונעם ראַיאָן האָט דעמאָלט באַשטעלט דעם טאָפּ בײַ די ערשטע טעפּער אין טערועל.
אינעם הײַנטיקן אַרכעאָלאָגישן מוזיי אין טערועל געפֿינען זיך נאָך אַ סך קעסטלעך אָנגעפֿילט מיט נאָך־נישט־אויסגעפֿאָרשטע שערבלעך און חפֿצים, וואָס מע האָט דאָרט אויסגעגראָבן, בעת אַ גרויסן רעמאָנט פֿון דער שטאָט אין די אָנהייב 2000ער יאָרן.
„מיר וועלן אפֿשר נאָך געפֿינען אַ סך אַנדערע חידושים,‟ האָט פּאַרדאָס געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.