תּל־אָבֿיבֿ. — ווען ישׂראל האָט אין 1948 אָנגעהויבן די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, איז די שטאָט ראשון לציון געווען נישט מער ווי אַ ייִשובֿ פֿון 20,000 אײַנוווינער. כּמעט 70 יאָר שפּעטער איז זי די פֿערט־גרעסטע שטאָט אין ישׂראל: אַ לעבעדיקער צענטער פֿון 250,000 מענטשן, אָנגעפּיקעוועט מיט אײַנקויף־צענטערס — אָדער ווי מע זאָגט אויף העברעיִש: קניונים [קיניאָנים].
לכּבֿוד יום־העצמאות, גיבן מיר דאָ איבער זעקס סטאַטיסטיקן וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער מדינה, וואָס ווײַזן ווי אַזוי ישׂראל האָט זינט איר גרינדונג עקאָנאָמיש, טעכנאָלאָגיש, רעליגיעז און מיליטעריש זיך צעבליט:
ווען מדינת־ישׂראל איז געגרינדעט געוואָרן האָבן דאָרט געוווינט 806,000 מענטשן. הײַנט וווינען דאָרט 8.5 מיליאָן ישׂראלים, וואָס בערך 75% פֿון זיי זענען ייִדן.
אין 1948 זענען אַ דריטל פֿון די ישׂראלים געווען הי־געבוירענע; הײַנט זענען דרײַ־פֿערטל פֿון די ישׂראלים אמתע סבראס.
אַ דאַנק דער עליה, האַלטן די ציפֿערן אין איין וואַקסן. אין 2015 האָבן 30,000 מענטשן עולה געווען קיין ישׂראל: 8,000 פֿון פֿראַנקרײַך, 7,000 פֿון אוקראַיִנע און בערך 3,800 פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע.
אין 1948 האָבן אין מערבֿ־ירושלים געוווינט ווייניקער ווי 100,000 מענטשן; איצט וווינען אין מיזרח־ און מערבֿ־ירושלים מער ווי 800,000 מענטשן. אין 16 ישׂראלדיקע שטעט וווינען הײַנט מער ווי 100,000 מענטשן.
במשך פֿון ישׂראלס ערשטע דרײַסיק יאָר, איז דער צוטריט צו אַ טעלעפֿאָן געווען ממש אַ לוקסוס. אין די 1970ער יאָרן האָבן נײַע עולים אַמאָל געמוזט וואַרטן יאָרן לאַנג צו באַקומען אַ טעלעפֿאָן־ליניע אין שטוב, האָט מען געדאַרפֿט וואַרטן אויף דער ריי אין דרויסן צו ניצן דעם עפֿנטלעכן טעלעפֿאָן, וואָס מע האָט געדאַרפֿט באַצאָלן דערפֿאַר מיט ספּעציעלע מטבעות — „אַסימונים‟.
הײַנט פֿאַרמאָגן 96% ישׂראלים אַ מאָבילקע; אין אַמעריקע פֿאַרמאָגן עס בלויז 90%. אַ שלל מיט ישׂראלדיקע טעלעפֿאָן־פֿירמעס קאָנקורירן פֿאַר קונים, און די ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגיע האַלט אין איין פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון די מאָבילקעס.
זינט 1948 איז די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע געוואַקסן נאָך גיכער ווי איר באַפֿעלקערונג. דעמאָלט האָט איר ברוטאָ־פּראָדוקציע באַטראָפֿן (לויט די הײַנטיקע מאָסן) 6.6 ביליאָן דאָלאַר. איצט פּראָדוצירט ישׂראל בערך 44 מאָל מער ווי דעמאָלט — כּמעט 300 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר. אין 2010 האָט די מדינה זיך אָנגעשלאָסן אין דער „אָרגאַניזאַציע פֿאַר עקאָנאָמישער צוזאַמענאַרבעט און אַנטוויקלונג‟ — אַ געזעלשאַפֿט פֿון די פֿאַרמעגלעכסטע לענדער אויף דער וועלט.
אין 1957 האָבן בלויז אַ צענטל ישׂראלים פֿאַרמאָגט אַ לופֿטקילער, נישט געקוקט אויף די שרעקלעך־הייסע זומערן. הײַנט פֿאַרמאָגן 90% ישׂראלים אַ לופֿטקילער אין דער היים. אין 1948 האָבן 34,000 מענטשן פֿאַרמאָגט אויטאָס. הײַנט געפֿינען זיך אין לאַנד כּמעט 3 מיליאָן אויטאָס.
עטלעכע וואָכן נאָך דעם ווי ישׂראל איז געוואָרן אומאָפּהענגיק, זענען פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ אָנגעקומען די ערשטע 25 מיליטערישע עראָפּלאַנען. הײַנט פֿאַרמאָגט זי 680 קאַמף־עראָפּלאַנען. כאָטש דאָס איז נישט דער גרעסטער פֿלאָט אינעם ראַיאָן, איז זי פֿאַררעכנט פֿאַרן בעסטן, אַ דאַנק איר טעכנאָלאָגישער פֿעיִקייט, טרענירונג און ישׂראלס רעפּוטאַציע ווי אַ סטאַביל לאַנד.
ישׂראל באַקומט הײַנט מער ווי 3 ביליאָן דאָלאַר מיליטערישע שטיצע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און עס קומען דערווײַל פֿאָר פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ביידע לענדער, כּדי צונויפֿצושטעלן די שטיצע פֿאַרן קומעדיקן יאָר, וואָס — ווי עס גיבן איבער געוויסע קוואַלן — וועט זײַן די גרעסטע אַמעריקאַנער שטיצע אין ישׂראלס געשיכטע.
ווען דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער, דוד בן־גוריון, האָט אין 1948 באַפֿרײַט די פֿול־צײַטיקע ישיבֿה־בחורים פֿון דינען אין מיליטער, זענען בלויז 400 חרדישע יונגע לײַט געזעסן און געלערנט תּורה אַ גאַנצן טאָג. הײַנט לערנען זיך אין ישיבֿות 120,000 ישיבֿה־בחורים, גיט איבער די שתּדלנות־גרופּע לטובֿת דעם רעליגיעזן פּלוראַליזם — „חידוש‟.
די חרדים באַטרעפֿן 9% פֿון די ייִדישע אײַנוווינער אין ישׂראל, און די צאָל האַלט אין איין וואַקסן. לויט אַ „פּיו‟־שטודיע פּובליקירט דעם פֿאַרגאַנגענעם מאַרץ, האָבן 91% פֿון די חרדים מער ווי דרײַ קינדער, בעת אַ העלפֿט פֿון די סעקולערע ייִדן האָבן צוויי קינדער אָדער ווייניקער.
הגם פֿרויען האָבן זיך באַטייליקט אין די שלאַכטן פֿאַר דער מדינהס גרינדונג און אין דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, זענען בלויז 11 פֿון די 120 כּנסת־דעפּוטאַטן בײַ דער ערשטער סעסיע אין 1949 געווען פֿרויען — ווייניקער ווי 10%.
הײַנט געפֿינען זיך 32 פֿרויען צווישן די דעפּוטאַטן אין דער כּנסת; מער ווי 25%. אין פֿאַרגלײַך, באַטרעפֿן די פֿרויען אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס בלויז 19%.
כאָטש ישׂראל זאָרגט זיך ווײַטער וועגן די מעגלעכקייטן פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלן בויקאָט, ווײַזט די סטאַטיסטיק אין שײַכות מיטן „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟ אַ גאָר אַנדער בילד: 15 מיליאָן טוריסטן זענען אָנגעקומען אַהין אין 2015; אין 2010 איז די צאָל געווען 10 מיליאָן מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.