תּל־אָבֿיבֿ. — אַ וויסנשאַפֿטלעכע שטודיע האָט אַנטדעקט גענעטישע באַווײַזן, אַז די „בני־ישׂראל‟, אַ ייִשובֿ אין מערבֿ־אינדיע, האָט ייִדישע וואָרצלען.
די „בני־ישׂראל‟ וווינען אין קאָנקאַן, אַ ראַיאָן אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿון לאַנד. דער ייִשובֿ האָט אַ מאָל געהאַט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 20,000 נפֿשות, אָבער בלויז עטלעכע טויזנט זענען פֿאַרבליבן. אַ סך פֿון זיי האָבן עולה געווען קיין ישׂראל זינט דער גרינדונג פֿון דער ייִדישער מדינה אין 1948.
לויט דער בעל־פּה טראַדיציע פֿון די „בני־ישׂראל‟, שטאַמט דער ציבור פֿון אַ גרופּע ייִדן, וואָס זייער שיף איז אונטערגעגאַנגען און זיי האָבן זיך דערשלאָגן צום ברעג פֿון אינדיע בערך 2,000 יאָר צוריק. איצט האָט אַ שטודיע בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אַנטדעקט, אַז די גרופּע האָט טאַקע יאָ געוויסע גענעטישע ראיות פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם. די שטודיע איז לעצטנס אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל PLoS One.
כּדי צו דערגיין די רעזולטאַטן, האָבן די פֿאָרשער אַנאַליזירט די גענאָמען פֿון 18 מיטגלידער פֿון די „בני־ישׂראל‟, ניצנדיק די אינפֿאָרמאַציע פֿונעם Jewish HapMap פּראָיעקט בײַם „אַלבערט אײַנשטיין קאָלעדזש פֿון מעדיצין‟ אין ניו־יאָרק, וואָס פֿאָרשט די גענעטישע געשיכטע פֿון ייִדישע גרופּעס איבער דער וועלט. די שטודיע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין איינעם מיט קאָרנעל־אוניווערסיטעט און דעם „אַלבערט אײַנשטיין קאָלעדזש‟, האָט אַנטדעקט, אַז די „בני־ישׂראל‟ האָבן סײַ אַ ייִדישן, סײַ אַן אינדישן אָפּשטאַם.
„אַחוץ דער בעל־פּה געשיכטע און אומוויסנשאַפֿטלעכע ספּעקולאַציעס, האָט מען ביז איצט נישט געהאַט קיין אומאָפּהענגיקע באַשטעטיקונג פֿון די דערקלערונגען, אַז די ׳בני־ישׂראל׳ שטאַמט אָפּ פֿון ייִדן,‟ האָט באַמערקט ידעל וואַלדמאַן, איינער פֿון די מחברים פֿון דער שטודיע, אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק. „מיר האָבן אַנטדעקט, אַז כאָטש די מיטגלידער פֿון די ׳בני־ישׂראל׳ זענען גענעטיש ענלעך צו די אָרטיקע אינדישע באַפֿעלקערונגען, איז קלאָר פֿון זייער גענעטישן קאָד, אַז זיי באַטרעפֿן פֿאָרט אַ באַזונדערע אייגנאַרטיקע באַפֿעלקערונג אין אינדיע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.