לויט אַ באַריכט פֿון „איי־בי־סי ניוס‟, האָט אַ גרופּע „עף־בי־אײַ‟־אַגענטן און אַנדערע פּאָליציי־אַגענטן דאָנערשטיק קאָנפֿיסקירט דאָקומענטן פֿון דער גרעסטער ישיבֿה אין קרית־יואל, ניו־יאָרק, וואָס געוויסע קוואַלן האָבן געזאָגט, אַז ס׳איז מסתּמא טייל פֿון אַן אויספֿאָרשונג אין שײַכות מיט קינדער־פּאָרנאָגראַפֿיע.
די אַגענטן האָבן דורכגעפֿירט אַן אַרעסט־באַפֿעל אויסצוזוכן געוויסע דאָקומענטן אין דער „ישיבֿה תּורה ויראה דרבינו יואל דסאַטמאַר‟ — די ישיבֿה, וווּ עמעצער האָט פֿילמירט צוויי ווידעאָס, וווּ אַ מנהל קושט און דריקט קליינע ייִנגלעך צו זיך, הגם ס׳איז נישט געווען באַקאַנט, צי דער אַרעסט־באַפֿעל איז געווען אין שײַכות מיטן אויפֿפֿיר פֿון דעם דאָזיקן פּרינציפּאַל.
מיט עטלעכע טעג פֿאַר דער אָבלאַווע האָט די ישיבֿה אַרויסגעלאָזט אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט, טענהנדיק, אַז דעם מנהלס אויפֿפֿיר, וואָס מע האָט געזען אויפֿן ווידעאָ, באַטרעפֿט נישט קיין „קרימינעלן אָנפֿאַל‟.
„אין די ווידעאָס, זעט מען ווי דער שול־דירעקטאָר נעמט אַרום קינדער, וואָס מע האָט זיי געהאַט געשיקט צו אים, צוליב פּראָבלעמען מיט זייער אויפֿפֿיר,‟ איז געשטאַנען אין דער דערקלערונג. „הגם זײַן אָנכאַפּן דאָס קינד געפֿעלט אפֿשר נישט געוויסע צוקוקער, הייסט עס נישט קיין קרימינעלער אַטאַק.‟
אין דער דערקלערונג פֿון דער ישיבֿה, איז אויך געשטאַנען, אַז דער מנהל איז שוין מער ווי 30 יאָר אַן אָנגעזעענער רבֿ מיט אַן „אויסגעצייכנטער פּראָפֿעסיאָנעלער געשיכטע ווי אַ דערציִער, אָן שום פּגם‟.
די „עף־בי־אײַ‟ אַגענטן האָבן פֿריִער געמאַכט אַן אָבלאַווע פֿון די שולן אין קרית־יואל און שכנותדיקע שטעטלעך אין ראָקלאַנד־קאַונטי אין מאַרץ, אין שײַכות מיט דעם וואָס די שולן באַקומען פֿעדעראַלע סובסידיעס פֿאַר קאָמפּיוטער־אויסשטאַטונג, כאָטש די תּלמידים לערנט מען בכלל נישט קיין קאָמפּיוטערײַ. אַ ישיבֿה אין וויליאַמסבורג איז אויך אויסגעפֿאָרשט געוואָרן, אויפֿן חשד פֿון אַ שווינדל פֿאַרבונדן מיט דער רעגירונג־פּראָגראַם, וואָס באַזאָרגט אָרעמע תּלמידים מיט מאָלצײַטן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.