ווי אַ טייל פֿון איר אָנגייענדיקער קאַמפּאַניע מפֿרסם צו זײַן דעם ייִדישן ייִחוס פֿונעם ניו־יאָרקער באָראָ — בראָנקס, האָט די „איניציאַטיוו פֿון דער בראָנקסער ייִדישער געשיכטע‟ געמאָלדן די נעמען פֿון זעקס בראָנקס־געבוירענע יחידים, וועלכע וועלן הײַיאָר אַרײַנגענומען ווערן אין דער „בראָנקסער כּבֿוד־גאַלעריע‟.
די צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 2טן יוני, 5:30 אין אָוונט, אינעם „בראָנקסער קונסט־מוזיי‟, אויפֿן גרענד קאָנקאָרס אין 165סטער גאַס.
איינער פֿון די זעקס יחידים, וואָס מע האָט הײַיאָר אויסגעקליבן, איז דער ייִדישער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן, וועלכער איז לעצטנס נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „דראַמאַ־דעסק‟ פּרעמיע פֿאַר זײַן ראָלע אין דער פּיעסע „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟. די אַנדערע באַערטע זענען עזרא לעווין, אַן אַדוואָקאַט וואָס איז געווען אַקטיוו אין דער „ניו־יאָרקער קאָאַליציע פֿאַר סאָוועטישע ייִדן‟ און אין מענטשנרעכט־טעטיקייטן לטובֿת גלײַכע רעכט פֿאַר אַפֿראָ־אַמעריקאַנער; די קלאַרנעטיסטין און פֿאָטאָגראַפֿין אַרלין אָלדאַ, וואָס אירע בילדער זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין אַ צאָל ביכער, צײַטונגען און זשורנאַלן; לויד אולטאַן, דער מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון בראָנקס, מיט פּרעכטיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די „אַלטע גוטע צײַטן‟; און לינדאַ קאַפּלאַן טאַלער, אַ רעקלאַמע־שרײַבערין, וואָס האָט אויסגעטראַכט אַ פּאָר פֿון די באַקאַנטסטע טעלעוויזיע־רעקלאַמעס, ווי, למשל, די קאַטשקע וואָס קוואָקעט לטובֿת דער פֿאַרזיכערונג־פֿירמע „אַפֿלאַק‟.
דאָס איז דאָס צווייטע יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער „בראָנקסער כּבֿוד־גאַלעריע‟. צווישן די געווינער פֿון 2015, זענען געווען דער קאָמיקער ראָבערט קלײַן; בלט גרינבערג — די קעמפֿערין פֿאַר אַ גרעסערער ראָלע פֿאַר פֿרויען בײַם דאַווענען אין די אָרטאָדאָקסישע שילן, און דער ניו־יאָרקער גענעראַל־פּראָקוראָר, ראָבערט אייבראַמס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.