אויסבראָך פֿון ווינטפּאָקן אין וויליאַמסבורג

Chickenpox Outbreak in Hasidic Williamsburg


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 18, 2016, issue of May 27, 2016.

די ניו־יאָרקער געזונט־באַאַמטע גיבן איבער, אַז עס פֿאַרשפּרייט זיך איצט ווינטפּאָקן (בלע״ז: „טשיקן־פּאָקס‟) אין דער חסידישער קהילה פֿון וויליאַמסבורג. צום ווייניקסטן 75 ברוקלינער ייִדן זענען אָנגעשטעקט געוואָרן מיט ווינטפּאָקן זינט מאַרץ. ס׳רובֿ פֿון די קראַנקע זענען קליינע קינדער; דער דורכשניטלעכער פּאַציענט אינעם איצטיקן אויסבראָך איז בלויז דרײַ יאָר אַלט.

ווינטפּאָקן איז אַ קראַנקייט, וואָס איז זייער אָנשטעקיק, בפֿרט צווישן קינדער. כאָטש עס איז געווען זייער פֿאַרשפּרייט ביזן סוף פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז עס הײַנט אַ זעלטענע קראַנקייט אין אַמעריקע ווײַל כּמעט אַלע קינדער ווערן וואַקצינירט קעגן דעם „וואַריסעלאַ‟־ווירוס, וואָס איז גורם די ווינטפּאָקן. דער ניו־יאָרקער געזונט־דעפּאַרטאַמענט האָט דערקלערט, אַז פֿון די קראַנקע אינעם איצטיקן אויסבראָך זענען 72% קיינמאָל ניט וואַקצינירט געוואָרן, און 14% האָבן ניט באַקומען אַלע פֿון די נייטיקע אײַנשפּריצונגען, כּדי צו ווערן וואַקצינירט. די אַנדער 14% זענען יאָ געווען וואַקצינירט אָבער צוליב דעם וואָס דער וואַקצין איז ניט 100% עפֿעקטיוו, אַרבעט עס נאָר ווי געהעריק ווען אַלע מענטשן אין אַ קהילה ווערן וואַקצינירט. דערפֿאַר זעט מען, למשל, ניט קיין אויסבראָכן פֿון ווינטפּאָקן און ענלעכע קראַנקייטן אין די מלוכישע שולן, וווּ מע נעמט ניט אַרײַן קיין תּלמידים, ביז זיי באַקומען ניט אַלע געהעריקע אײַנשפּריצונגען.

די ניו־יאָרקער געזונט־באַאַמטע מוטיקן דערפֿאַר, אַז אַלע וואָס זענען ניט פֿריִער וואַקצינירט געוואָרן קעגן די ווינטפּאָקן אָדער וואָס האָבן עס קיינמאָל פֿריִער ניט געהאַט, זאָלן וואַקצינירט ווערן וואָס גיכער. דער אַגענטור האָט זונטיק, בעת אַ געזונט־יריד אין וויליאַמסבורג, פֿאַרשפּרייט פֿלי־בלעטלעך מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן ווינטפּאָקן אויף ייִדיש און ענגליש. דעם יריד האָט די אָרגאַניזאַציע „הצלה‟ ספּאָנסירט אין וויליאַמסבורג. הרבֿ דוד נידערמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿון די „פֿאַרייניקטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון וויליאַמסבורג‟ האָט דערקלערט פֿאַר דער פּרעסע, אַז די קהילה אָרדנט אײַן אַ זיצונג מיטן געזונט־דעפּאַרטאַמענט, דאָקטוירים און באַאַמטע פֿון די חסידישע שולן און ישיבֿות, כּדי אַרומצורעדן ווי אַזוי צו באַקעמפֿן דעם אויסבראָך.

כאָטש ס׳רובֿ מענטשן מאַכן דורך די ווינטפּאָקן אָן קיין גרויסע פּראָבלמענען, קען עס זײַן געפֿערלעך, בפֿרט פֿאַר טראָגנעדיקע פֿרויען, נײַ־געבוירענע קינדער און מענטשן, וואָס לײַדן שוין פֿון אַנדערע געזונט־פּראָבלעמען. מע קען געוויינטלעך גלײַך דערקענען די ווינטפּאָקן צוליב דעם אויסשיט פֿון רויטע בלאָטערלעך איבערן גאַנצן קערפּער. אַחוץ די בלאָטערן אויף דער הויט לײַדן די קראַנקע אויף ווינטפּאָקן פֿון אַ הויכער היץ און קאָפּווייטיקן אויף פֿינף ביז צען טעג. איין סיבה פֿאַר וואָס דער ווירוס פֿאַרשפּרייט זיך אַזוי גרינג איז דערפֿאַר, וואָס מע ווערט ניט קראַנק ביז 10 ביז 20 טעג נאָך דעם, וואָס מע ווערט אָנגעשטעקט פֿונעם ווירוס. דערצו ווערן ס׳רובֿ מענטשן דערפֿאַר אינפֿעקטירט פֿון מענטשן, וואָס ווײַזן נאָך ניט אַרויס קיין בולטע סימפּטאָמען.