מנחם־מענדל אין תּל־אָבֿיבֿ

Menachem Mendl in Tel Aviv

YouTube

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 19, 2016, issue of May 27, 2016.

די וואָך, אין דער זעלבער צײַט ווי ס׳איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ וועגן דעם ייִדישן קלאַסיקער שלום־עליכם, איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ קורצער פֿילם אויף ייִדיש וועגן איינעם פֿון שלום־עליכמס באַליבסטע העלדן, מנחם־מענדל, געשפּילט פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר, מענדי כּהנא.

די צוויי אונטערנעמונגען זענען בלויז אַ טייל פֿון די פֿאַרשידענע געשעענישן וואָס קומען פֿאָר הײַיאָר, געווידמעט שלום־עליכמס 100סטער יאָרצײַט.

דעם סצענאַר פֿונעם פֿילם, „דער קאָלאָניסט‟ אָדער „מנחם־מענדל פֿון תּל־אָבֿיבֿ‟, האָבן אָנגעשריבן ערן טורבינר און יעד בירן, אויפֿן סמך פֿון „פֿאָרט אַ ייִד קיין ארץ־ישׂראל‟ — אַ רײַזעבוך, וואָס דער הומאָריסט יוסף טונקל (בעסער באַקאַנט דורך זײַן צונאָמען, „דער טונקעלער‟) האָט געשריבן בעת זײַן וויזיט קיין ארץ־ישׂראל אין 1931.

דער פֿילם איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורך דער שטיצע פֿונעם „בית שלום עליכם‟.

„דער קאָלאָניסט‟ איז אַ קריטישער קאָמענטאַר פֿון דער העברעיִש־רעדנדיקער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, וואָס האָט במשך פֿון אַ סך יאָרן אויפֿגענומען די ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע מיט ביטול.

שלום־עליכמס העלד איז געוואָרן אַ באַקאַנטער טערמין פֿאַר אַ לופֿטמענטש, וואָס פּרוּווט אַרויסקוועטשן פּרנסה פֿון פֿאַרשידענע „פּראָיעקטעלעך‟, אָבער יעדע מעגלעכקייט גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ.

די אײַנוווינער פֿון תּל־אָבֿיבֿ האָבן, בפֿרט אין יענע יאָרן, זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות זיך אָפּצוזינדערן פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און זייערע נישט־הצלחהדיקע מיטלען צו פֿאַרדינען, אין לענדער, וווּ זיי האָבן געהאַט ווייניק פּאָליטישן אָדער עקאָנאָמישן כּוח. די איראָניע פֿון טונקלס רײַזעבוך, און פֿון דעם פֿילם, איז אַז עס ווײַזט וואָס געשעט ווען דער סטערעאָטיפּישער אייראָפּעיִשער לא־יצלח באַזעצט זיך, סוף־כּל־סוף, אין ארץ־ישׂראל, קען ער זיך דאָרט אויך נישט געפֿינט קיין אָרט.

צו זען דעם 11־מינוטיקן פֿילם, קוועטשט דאָ: