די מאָסקווער ייִדישע קהילה האָט זונטיק דעם 15טן מײַ געפּראַוועט דעם געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. דער מאָסקווער „הלל‟ האָט דורכגעפֿירט דעם „ישׂראל־טאָג אין מאָסקווע‟. „הלל‟ האָט געדונגען אַ גרויסן קולטור־צענטער און אָרגאַניזירט אַן אָנגעזאַפּטע פּראָגראַם, וואָס איר ציל איז די געסט זאָלן זיך באַקענען מיט ישׂראל, דער געשיכטע און דער ווירטשאַפֿטלעכער לאַגע פֿון דעם לאַנד, מיט זײַן קולטור און שפּראַך. אין פּראָגראַם זענען געווען רעפֿעראַטן, אַ העברעיִש־לעקציע, וואַרשטאַטן פֿון פֿאַרשיידענע מלאכות, ישׂראלדיקע טענץ, ישׂראלדיק קאָכערײַ, פֿילמען און שפּילן.
אין דער ביבליאָטעק פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור קומט פֿאָר אַ סעמינאַר מיטן נאָמען „די געשיכטע פֿון וועלט־רעליגיעס און די געשיכטע פֿון דער רוסישער גײַסטלעכער קולטור אין דער זאַמלונג פֿון דער ביבליאָטעק‟. די וואָך איז אין די ראַמען פֿונעם סעמינאַר דורכגעפֿירט געוואָרן אַ זיצונג, געווידמעט די „סובאָטניקעס‟ — רוסישע פּויערים וואָס האָבן געהערט צו יהדות. אַ רעפֿעראַט מיטן נאָמען „זיכּרון פֿון תּנ״ך בײַ רוסישע סובאָטניקעס‟ האָט געהאַלטן די רעליגיע־פֿאָרשערין ליודמילאַ זשוקאָוואַ. זי האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון סובאָטניקעס אין רוסלאַנד, וועגן דעם הײַנטצײַטיקן קריזיס פֿון זייער קהילה, וועגן דער השפּעה וואָס האָט דער תּנ״ך אויף דער וועלט־אָנשויונג פֿון דער קהילה. זי האָט דעמאָנסטרירט אירע אייגענע אויפֿנאַמעס פֿון עקספּעדיציעס וואָס זי האָט אָרגאַניזירט אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון רוסלאַנד און געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן.
עס אַנטוויקלען זיך ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס. אין איינעם פֿון די גרעסטע ספּאָרט־צענטערס פֿון מאָסקווע, „אָלימפּיׅיסקי‟, אַרבעט דער ייִדישער האָקי־קלוב „מכּבי־מאָסקווע‟. די וואָך האָט ער דערקלערט וועגן דער עפֿענונג פֿון אַ נײַער גרופּע און וועגן זײַן באַטייליקונג אין „מכּביאַדע־2017‟.
אַ ידיעה פֿון אירקוטסק, אַ גרויסע שטאָט אויף מיזרח רוסלאַנד. אין דער היגער שיל איז אויסגעשטעלט געוואָרן אַן אַלטער פּרוכת וואָס האָט אַ מאָל — מיט איבער 100 יאָר צוריק — געהאָנגען אין דער אירקוטסקער שיל. זײַן גורל נאָך דער רעוואָלוציע איז ניט געוווּסט. מיט עטלעכע יאָרן צוריק האָט אים באַקומען דער מוזיי פֿון דער שטאָט־געשיכטע, און זינט דעם איז דער פּרוכת אַ פֿאַרמעגן פֿונעם מוזיי. די ייִדישע קהילה פֿון דער שטאָט האָט באַקומען פֿונעם מוזיי אַ דערלויבעניש צוצונעמען דעם פּרוכת צו דער שיל. דערווײַל גילט די דערלויבעניש 1 יאָר און וועט אפשר שפּעטער פֿאַרלענגערט ווערן.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון ירושלים: דאָרטן האָט דער רוסלענדישער און ישׂראלדיקער ייִדישער מיליאָנער און מעצענאַט מיכאַיִל מירילאַשווילי געעפֿנט אַ נײַע פֿאָרשונג־אָרגאַניזאַציע — צענטער פֿון פֿאָרשן די געשיכטע פֿון חורבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער צענטער איז אַ טייל פֿונעם מעמאָריאַל־מוזיי און אינסטיטוט „יד־ושם‟. ער איז אָנגערופֿן אויפֿן נאָמען פֿון משה מירילאַשווילי, דעם מעצענאַטס טאַטן, ז״ל. די עפֿענונג־צערעמאָניע איז געווען אַ גרויסע געשעעניש, וואָס האָט צוגעצויגן חשובֿע געסט: דעם הויפּט פֿון כּנסת — יולי עדלשטיין, דעם עליה־מיניסטער זאבֿ עלקין, די הויפּט־רבנים פֿון ישׂראל און אַנדערע. די רעדעס זענען געווען געווידמעט דער ראָלע פֿון פֿאָרשן דעם חורבן אין דעם קאָלעקטיוון זיכּרון פֿון דעם פֿאָלק און דער פּראָגראַם פֿונעם צענטער. איינער פֿון די פּלענער איז צו פֿאָרשן די באַציִונגען צווישן סאָוועטישע בירגער פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער — ייִדן און ניט־ייִדן — אין דער צײַט פֿונעם חורבן, צונויפֿצוזאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר אָנגאַבעס־באַזע פֿון ייִדישע סאָלדאַטן אין דער סאָוועטישער אַרמיי און, צו קאַרטאָגראַפֿירן די ערטער פֿון די מאַסן־מאָרדן פֿון ייִדן און צו פֿאַרעפֿנטלעכן די מאַטעריאַלן אויף דער אינטערנעץ. אַחוץ דעם, וועט דער צענטער דורכפֿירן קאָנפֿערענצן און פֿאָרשערישע סעמינאַרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.