פּאָל גאָלדבערגס ראָמאַן The Yid (דער ייִד), אַרויסגעלאָזט הײַיאָר פֿונעם פֿאַרלאַג „פּיקאַדאָר‟, פֿאַרנעמט זיך מיט אַ טעמע, וואָס די אַמעריקאַנער לייענער, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור, ווייסן ווייניק וועגן דעם: די רדיפֿות אויף די ייִדישע קולטור־טוער בעת דער סטאַליניסטישער תּקופֿה.
דער העלד פֿונעם ראָמאַן, סאָלאָמאָן שמעונאָוויטש לעווינסאָן, איז אַ געוועזענער שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין מאָסקווע. איין מאָל, אין מיטן דער נאַכט, קומען צו אים אַהיים דרײַ „קאַגעבע‟־אַגענטן, כּדי אים צו אַרעסטירן — אַ טייל פֿונעם גרעסערן פּלאַן אויסצוראָטן דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק פֿון רוסלאַנד.
אָבער לעווינסאָן, נישט געקוקט אויף זײַנע הויכע יאָרן, שטעלט זיך אַנטקעגן די אַרײַנדרינגער, און עס הייבט זיך אָן אַ סעריע „קאַפֿקאַעסקע‟ געשעענישן — סײַ אַבסורדישע, סײַ טייטלעכע — דורך וועלכע לעווינסאָן באַמיט זיך צו געפֿינען „מיטהעלפֿער‟ אין זײַן שליחות צו טעראָריזירן די אַנטיסעמיטישע אינסטאַנצן. זײַן לעצט־גילטיקער פּלאַן? דורכפֿירן אַן אַטענטאַט אויף סטאַלינען אַליין.
צווישן די אַסיסטענטן, וואָס ער קלײַבט צונויף זענען אַ שוואַרצער אַמעריקאַנער, וואָס האָט פֿאַרלאָזט די ראַסיסטישע אונטערדריקונג אין נעבראַסקע, כּדי צו אַרבעטן אין די ווײַטע קאָמוניסטישע שטאָלמילן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; אַן אַנטוישטער כירורג וועלכער האָט געדינט אין דער זעלבער דעוויזיע פֿון דער רויטער אַרמיי ווי לעווינסאָן, און אַ שיין מיידל, וואָס האָט בלויז איין ציל: זיך נוקם צו זײַן אין די ווילדע אַנטיסעמיטן.
פֿאַרשטייענדיק אפֿשר, אַז דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער לייענער ווייסט מסתּמא ווייניק וועגן יענער תּקופֿה אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט דער „ייִדישער ביכער־ראַט‟ (Jewish Book Council), בשותּפֿות מיט „פּיקאַדאָר‟, צונויפֿגעשטעלט אַ וועגווײַזער, אַ שטיקל „קוריקולום‟, צו העלפֿן דעם לייענער בעסער פֿאַרשטיין דעם ראָמאַן אינעם Yid Kit, ווי זיי רופֿן עס, געפֿינט זיך אַן איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד, בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט; אַ גלאָסאַר פֿון קולטורעלע טערמינען, און אַ ריי פֿראַגעס פֿאַר די לייענער, כּדי אַרויסצורופֿן אַ דיסקוסיע.
גאָלדבערג איז אַליין דערצויגן געוואָרן אין רוסלאַנד, אונטער סטאַלינען איידער ער האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין אַמעריקע און געוואָרן אַ זשורנאַליסט. ער איז אויך דער מחבר פֿון צוויי ביכער וועגן מענטשנרעכט אין רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.