אַזוי ווי אַלע באַרימטע קלאַסישע מחברים פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, פֿאַרמאָגט איצט שלום־עליכם זײַן אייגענע וועבזײַט.
דעם מחברס גאָר־פּראָפֿעסיאָנעלער „היימזייט‟, וואָס האָט דעבוטירט לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן הומאָריסט, איז געווען אַ צוזאַמענאַרבעט צווישן ד׳׳ר דזשערעמי דאַובער און זײַנע סטודענטן בײַם „אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע לימודים‟ (קאָלומביע־אוניווערסיטעט), דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשעסעטס און די פֿירמעס Riverside Film און Citizen Film.
Sholemaleichem.org נעמט אַרײַן פֿילמען, קלאַנג־רעקאָרדירונגען, אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, ווי אויך פֿאַרבינדונגען צו וועבזײַטן, וווּ מע קען לייענען זײַנע ווערק אויף ענגליש. די הויפּט־מעלה פֿון דער וועבזײַט איז איר מאָדערנער צוגאַנג, וואָס באַנוצט זיך מיט אַ סך מולטימעדיע־מאַטעריאַלן. אין דער ביאָגראַפֿישער אָפּטיילונג, למשל, געפֿינט מען אַ סעריע מאַפּעס וואָס ווײַזן די פֿאַרשידענע ערטער, וווּ שלום־לעיכם האָט געוווינט אין רוסלאַנד און דעם מאַרש־רוט פֿון זײַן לוויה, און אַ „דאַטע־ליניע‟ (Timeline) פֿון די הויפּט־געשעענישן פֿון זײַן לעבן. אַז מע טוט אַ קוועטש מיטן מײַזל אויף איינעם פֿון די ערטער, וואָס ווערן אָנגעצייכנט אויף דער מאַפּע, גייט די וועבזײַט אַריבער אויף אַן אַנדער זײַטל, וווּ מע קען זיך דערוויסן מער וועגן דעם אָרט. אין נאָך אַ מולטימעדיע־פֿאָרשטעלונג זעט מען אַ בילד, אין וועלכן שלום־עליכם זיצט בײַם שרײַבטיש. אַז מע טוט אַ קוועטש אויף זײַן זייגערל, דערוויסט מען זיך, אַז נאָך דעם וואָס שלום־עליכם האָט דערמאָנט די פֿירמע „וויסאָצקיס טיי‟ אין זײַן דערציילונג „גיטל פּורישקעוויטש‟, האָט די פֿירמע פֿאַר אים באַשטעלט אַן אוניקאַל קעשענע־זייגערל.
אין נאָך אַן אָפּטיילונג, געווידמעט די ווערק פֿון שלום־עליכם, שטעלט די וועבזײַט צו צען דערציילונגען, וואָס מע קען לייענען אָדער הערן בחינם אויף דער אינטערנעץ אין דער ענגלישער איבערזעצונג. אין דער זעלביקער אָפּטיילונג געפֿינט מען אויך אַ רשימה פֿון ביכער אויף ענגליש געווידמעט שלום־עליכמען און פֿילמען פֿון אינטערוויען אויף „יו־טוב‟ מיט ליטעראַרישע עקספּערטן און אַפֿילו שלום־עליכמס טאָכטער מאַריע וואַפֿע־גאָלדבערג. אַן אַנדער אָפּטיילונג, געווידמעט די באַדאַרפֿענישן פֿון מיטלשול־לערער, שטעלט פֿאָר לערן־פּלענער וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל און שלום־עליכם בפֿרט.
דער פּראָיעקט איז זיכער די סאַמע געראָטנסטע וועבזײַט וועגן אַ ייִדישן שרײַבער און עס קומט אַלע, וואָס האָבן זי געהאָלפֿן שאַפֿן אַ גרויסן ישר־כּוח. עס וועט זיכער צוציִען מער מענטשן, בפֿרט יונגע־לײַט, צו די ווערק פֿון שלום־עליכם.
אַ שאָד נאָר, וואָס עס איז כּמעט גאָרניט דאָ אויף דער וועבזײַט וועגן שלום־עליכמס ווערק אויף ייִדיש. לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט צוגעבן אַ געהעריקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון זײַנע ווערק אינעם אָריגינאַל, ווי אויך פֿאַרבינדונגען צו די וועבזײַטן, וווּ מע קען לייענען און הערן זײַנע דערציילונגען און מעשׂיות אויף ייִדיש. ווי עס טרעפֿט, איז שלום־עליכם דווקא דער ייִדישער שרײַבער, וועמענס ווערק זענען צום־מערסטנס צוטריטלעך אויף ייִדיש אויף דער אינטערנעץ. מע וואָלט עס אָבער ניט געוווּסט, אַז מע טוט אַ קוק בלויז אויף דער וועבזײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.