ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

Courtesy of maccabi.com.au

פֿון שרה זילבערמאַן

Published May 23, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ ייִד טאָר נישט עפֿענען „מעק׳כּשר“ רעסטאָראַן אין ניו סאַוט װײלס

אַ לאָקאַל דרוק־רעכט געריכט אין דער שטאַט ניו סאַוט װײלס האָט געמישפּט, אַז אַ ייִד װעמענס משפּחה שטאַמט פֿון שאָטלאַנד טאָר נישט עפֿענען אַ כּשרן רעסטאָראָן מיטן נאָמען „מעק׳כּשר“ אינעם שטעטל מעקלין.

מאַרק גלעזער זאָגט אַז זײַן משפּחה שטאַמט פֿון שאָטלאַנד און אַז ער האָט געװאָלט עפֿענען אַ רעסטאָראַן, װאָס פֿאַרקױפֿט סײַ ייִדישע מאכלים, סײַ שאָטלענדישע דװקא אינעם שטעטל מעקלין, װאָס װערט פֿאַררעכנט פֿאַר דער שאָטלענדישער הױפּטשטאָט פֿון אױסטראַליע.

די אינטערנאַציאָנאַלע פֿירמע מעק׳דאָנעלדס האָט געטענהט, אַז דער נאָמען „מעק׳כּשר“ געהערט נאָר צו איר װײַל זי האָט שױן פֿון לאַנג אַ כּשרן מעק׳דאָנאַלדס רעסטאָראַן אין מדינת־ישׂראל. דער ירושלימער ועד הרבנים פֿירט דיסקוסיעס מיט מעק׳דאָנאַלדס, נאָר צו באַנוצן זיך מיטן נאָמען „מעק׳כּשר” פֿאַר אַלע כּשרע מעק׳דאָנאַלדס רעסטאָראַנען אין ירושלים, כּדי מע זאָל קענען לײַכט דערקענען װאָסער רעסטאָראַן איז אַ כּשרער און װאָסער איז נישט כּשר. די ישׂראלדיקע מעק’דאָנאַלדס רעסטאָראַנען אױסער ירושלים זײַנען נישט קײן כּשרע רעסטאָראַנען.

גלעזער האָט געטענהט אַז די משפּחה־נעמען פֿון זײַנען אָבֿות אין שאָטלאַנד זײַנען געװען מעק׳כּשר, מעקאַדו, בידל, זימערמאַן און ראָזענטאַל.


מכּבי אױסטראַליע טײלט אױס פּרעמיעס

די ספּאָרט אָרגאָניזאַציע „מכּבי אױסטראַליע‟ האָט צוגעטײלט פּרעמיעס פֿאַרן יאָר 2015 צו ייִדישע ספּאָרטלער און ספּאָרטלערינס אין מעלבורן, װיקטאָריע. צװײ פֿון די פֿיל פּרעמיעס פֿאַר ספּאָרטלערינס זײַנען הײַיאָר נישט צוגעטײלט געװאָרן, כאָטש די אָרגאָניזאַציע האָט נישט געמאָלדן פֿאָרװאָס דאָס איז געשען.

דער פּינג־פּאָנג שפּילער ברק מזרחי, װאָס האָט באַקומען צװײ מכּבי פּרעמיעס, װעט שפּילן אױף דער אױסטראַלישער מאַנשאַפֿט אױף די פּאַראַ־אָלימפּישע שפּילן װעלכע װעלן פֿאָרקומען הײַיאָר אין בראַזיל.


ייִדישע אויסשטעלונג שילדערט די הײַנטיקע פּליטים

אַ גרופּע 15 לאָקאַלע באַקאַנטע ייִדישע קינסטלערס װעלכע װילן אַרױסװײַזן זײער אונטערשטיצונג פֿון פּליטים איבער גאָר דער װעלט האָט צוגעגרײט אַ קונסט־אױסשטעלונג א״נ „מיר זײַנען דאָ“ (We Are Here). די אױסשטעלונג קומט פֿאָר אינעם שטאָטראַט פֿון דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט גלען אײַראַ, װאָס האָט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם שטאַט װיקטאָריע.

די קינסטלער רופֿן זיך די הײַנטצײַטיקע קאָלעקטיװ. זײ זאָגן אַז זײערע װערק גיבן אַ הײַנטצײַטיקע אינטערפּרעטאַציע פֿון װיכטיקע ענינים. די אױסשטעלונג איז צוגעגרײט געװאָרן פֿון ד״ר העלען לײַט, די געװעזענע דירעקטאָרשע פֿונעם ייִדישן מוזעום פֿון אױסטראַליע. אײנער פֿון די קינסטלער, לינדע װאַכטעל, האָט זיך אױסגעדריקט אַזױ װעגן דער װיכטיקײט פֿון דער אױסשטעלונג:

„די אױסשטעלונג האָט זײער אַ פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג פֿאַר אונדז. מיר האָבן געמוזט אַנערקענען די גבֿורה און דעם גװאַלדיקן כּוח פֿון די לעבן־געבליבענע װעלכע האָבן געשאַפֿן נײַע לעבנס פֿאַר זיך און פֿאַר זײערע משפּחות. עס איז אָבער אױך װיכטיק צו רעדן װעגן דעם װאָס קומט איצט פֿאָר אין אונדזער געזעלשאַפֿט.‟


אַ לאָקאַלער מושבֿ־זקנים עפֿנט אַ נײַע געבײַדע

דער „עמי מאָנאַש מושבֿ־זקנים‟, װאָס געפֿינט זיך אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאָלפֿילד, האָט אָפֿיציעל געעפֿנט אַ נײַע געבײַדע װאָס װעט באַהױזן פֿיל עלטערע ייִדן, אין דער אָנװעזנהײט פֿונעם גאָװערנאָר פֿון װיקטאָריע, לינדאַ דעסאַוער, ייִדישע מלוכה־לײַט און 250 געסט. די געבײַדע װעט הײסן אױפֿן נאָמען פֿון דער גאַנדעל משפּחה, לאָקאַלע פֿילאַנטראָפּן.


אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם קבֿר פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם שנײַדער

ד״ר מאַקס קאַמיען איז אַ דאָקטאָר מעדיצין פֿון דער שטאָט פּערט, װאָס אַרבעט איצט אין דער שטאָט בורק, ניו סאַוט װײלס, װוּ ער באַדינט די לאָקאַלע אַבאָריגינעלע באַפֿעלקערונג. ער האָט זיך דערװוּסט אַז דער ייִדישער שנײַדער דײװיד בראָנשטײן, װאָס איז געשטאָרבן אין 1917, איז באַערדיקט געװאָרן אױף אַ לאָקאַלן צװינטער. עס שטײט אַ קרײץ בײַם קבֿר, און קאַמיען האָט באַשלאָסן צוצוגעבן דערצו אַ מגן־דוד. ער האָט דאָס דערלײדיקט מיט דער הילף פֿון דער מעלבורנער חבֿרה־קדישא.

בראָנשטײן, װי אַ דײַטשער בירגער, איז אַרעסטירט געװאָרן אין סינגאַפּאָר אין 1916 און איז פֿאַרשיקט געװאָרן קײן בורק צוזאַמען מיט אַנדערע דײַטשע בירגער.