געזוכט: רעדאַקטאָרן וואָס קענען ייִדיש

Yiddish Editors Sought


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 25, 2016, issue of May 27, 2016.

זינט דער לאַנצירונג פֿונעם דיגיטאַלישן זשורנאַל פֿון ייִדיש־שטודיעס, „אין געוועב‟ מיט אַ יאָר צוריק איז ער געוואָרן ניט בלויז דאָס וויכטיקסטע אָרט אַרויסצוגעבן וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר אויך איינע פֿון די פּראָמינענטסטע ערטער, וווּ די איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש קענען הײַנט פּובליקירן זייערע ווערק.

עס גייט דאָ די רייד סײַ וועגן בעלעטריסטיק אויף ייִדיש, וואָס מע קען לייענען אין דער ענגלישער איבערזעצונג אין אַ סך ליטעראַרישע זשורנאַלן, סײַ טעקסטן פֿון מער זעלטענע זשאַנערס אַזוי ווי זשורנאַליסטיק, עסייען, רעדעס, פֿאָרש־אַרבעטן, און דרשות, וואָס ווערן זעלטן־ווען אַרויסגעגעבן אין אַנדערע פּובליקאַציעס אויף ענגליש.

כּדי ווײַטער אָנצוגיין מיט זײַן שליחות פֿון אַרויסגעבן איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, זוכט איצט „אין געוועב‟ צוויי רעדאַקטאָרן, וועלכע וועלן זיך באַשעפֿטיקן מיט אָט דער אַרבעט. דער זשורנאַל זוכט אַ פֿאַרוואַלטונג־רעדאַקטאָר פֿאַר טעקסטן און איבערזעצונגען, און אַ געהילף־רעדאַקטאָר פֿאַר טעקסטן און איבערזעצונגען.

דער פֿאַרוואַלטונג־רעדאַקטאָר פֿאַר טעקסטן און איבערזעצונגען וועט אַרבעטן 12 ביז 16 שעה אַ וואָך אויפֿן איבערקוקן די אַרײַנגעשיקטע טעקסטן, זיי רעדאַקטירן און אַרויסגעבן. ער אָדער זי וועט אויך אַרבעטן צוזאַמען מיט די אַנדערע רעדאַקטאָרן פֿון „אין געוועב‟ און מיט דער גאַנצער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל אויף אַנדערע פּראָיעקטן. דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף פֿליסיק קענען ייִדיש און ענגליש און האָבן אַ סך דערפֿאָלג מיטן איבערזעצן טעקסטן פֿון ייִדיש אויף ענגליש. ער אָדער זי זאָל זײַן גוט אָרגאַניזירט, קענען אַרבעטן אויף אַ פּאָר פּראָיעקטן מיט אַ מאָל און גוט אויסקומען מיט אַנדערע. ווי אַ טייל פֿון דער אַרבעט וועט דער פֿאַרוואַלטונג־רעדאַקטאָר פֿאַר טעקסטן און איבערזעצונגען מוזן טיפּירן טעקסטן אויף ייִדיש און העלפֿן מיט „אין געוועבס‟ פּירסום אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟.

דער געהילף־רעדאַקטאָר פֿאַר טעקסטן און איבערזעצונגען וועט אַרבעטן פֿינף ביז אַכט שעה אַ וואָך אויפֿן אויסטיפּירן די ייִדישע טעקסטן לויטן „ייִוואָ‟־אויסלייג, רעדאַקטירן איבערזעצונגען אויף ענגליש און איבערקוקן די אַרײַנגעשיקטע מאַנוסקריפּטן. דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף פֿליסיק קענען ייִדיש און האָבן דערפֿאָלג מיטן איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש און מיטן טראַנסקריבירן אָדער ראָמאַניזירן ייִדיש. דער קאַנדידאַט מוז אויך וויסן אַ סך וועגן דער ייִדישער קולטור, ווי אויך ווי אַזוי צו אַרבעטן מיט Google Drive.

כּדי אָנצוגעבן אויף איינעם פֿון די פּאָסטנס שיקט אַ בריוו, צוזאַמען מיט אַ רעזומע, צו info@ingeveb.org, ביזן 6טן יוני.