כּמעט אַ יאָרהונדערט נאָך דעם, וואָס שלום אַשס פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟ האָט געשאַפֿן אַ סקאַנדאַל אויף „בראָדוויי‟ מיטן ערשטן לעזבישן קוש אין דער געשיטכע פֿונעם ניו־יאָרקער טעאַטער, וועט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ („ניו־ייִדיש־רעפּ‟) ווידער פֿאָרשטעלן די קאָנטראָווערסיעלע פּיעסע — און טאַקע אויף ייִדיש.
„גאָט פֿון נקמה‟ דערציילט די געשיכטע פֿון אַ ייִדישן בעל־הבית פֿון אַ בית־זונות, וואָס פּרובירט אויסצוהאָדאָווען זײַן טאָכטער ווי אַן ערלעכע ייִדישע פֿרוי. צום באַדויערן, אָבער, פֿאַלט זי ווידער אַרײַן אין דער וועלט פֿון פּראָסטיטוציע, פֿון וועלכער זי איז געקומען. ווען די פּיעסע האָט דעבוטירט אויף ייִדיש אין 1907 האָבן די קריטיקער זי געלויבט און זי איז אין גיכן אינסצענירט געוואָרן אויף אַ ריי שפּראַכן איבער גאַנץ אייראָפּע. ווען זי האָט, אָבער, דעבוטירט אויף „בראָדוויי‟ אין 1923 אויף ענגליש, האָט מען אַרעסטירט אַלע אַקטיאָרן, צוזאַמען מיטן רעזשיסאָר, פֿאַרן „פֿאַרשפּרייטן ניבֿול־פּה‟.
דער ניו־יאָרקער עולם וועט קענען כאַפּן זײַן ערשטן בליק פֿון דער נײַער פּראָדוקציע פֿון „גאָט פֿון נקמה‟ דעם 25סטן און 26סטן יוני, ווען דער „רעפּערטואַר־טעאַטער‟ וועט פֿאָרלייענען די פּיעסע ווי אַ טייל פֿונעם „פֿעסטיוואַל פֿונעם נײַעם ייִדישן טעאַטער‟ בײַם 14th Street Y אין מאַנהעטן. אין האַרבסט און ווינטער וועט די טרופּע פֿאָרשטעלן אַ פֿולע פּראָדוקציע פֿון דער שפּיל. אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן זיך שוין אָנגעשלאָסן דער אַקטיאָר שיין בייקער, וואָס וועט שפּילן די הויפּט־ראָלע פֿונעם אַלפֿאָנס יעקל, די אַקטריסע עלינאָר ריסאַ, וואָס וועט סײַ שפּילן די ראָלע פֿון שׂרה, יעקלס ווײַב, סײַ רעזשיסירן די פּיעסע, און דוד מאַנדלבאַום, וואָס וועט שפּילן דעם שדכן, ר׳ אלי.
אין אַ דערקלערונג צו דער פּרעסע האָט דוד מאַנדלבאַום, דער דירעקטאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟ דערקלערט: „׳גאָט פֿון נקמה׳ איז געווען אַ ווענדפּונקט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און אַ וויכטיקער מאָראַלישער פֿירגייער פֿאַרן חורבן און כאָטש ס׳איז שווער צו גלייבן, איז עס געווען אַ פֿאָרלויפֿער פֿון דער מאָדערנער סעקסועלער פֿרײַהײַט. מיר האַלטן, אַז דאָס אינסצענירן די פּיעסע פֿאַרן עולם אין איר אָריגינעלער שפּראַך, און דאָס אויספֿאָרשן זײַן ייִדישן קאָנטעקסט אויף אַן אופֿן, וואָס עס קען טאָן בלויז דער ייִדישער טעאַטער, וועט מאַכן די דאָזיקע פּראָדוציע סײַ אַקטועל, סײַ אומפֿאַרגעסלעך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.