ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

Courtesy of daia.org.ar

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published May 25, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פֿילם וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון שלום־עליכם ציט צו אַ גרויסן עולם

דער פֿילם „לאַכנדיק אין דער פֿינצטערניש‟, װעגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון שלום־עליכם, איז דאָנערשטיק, דעם 19טן מײַ געװיזן געװאָרן אין ייִװאָ. מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿונעם דירעקטאָר און טעכנישע קאָמענטאַרן פֿון מאַריאָ בער, האָט אַן עולם װאָס האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל גענאָסן פֿון דעם פֿילם װאָס איז נאָך אַ בײַטראָג צום שלום־עליכם־יאָר. בײַ דער געלעגנהײט האָט מען אינפֿאָרמירט, אַז אויף דער איניציאַטיװ פֿונעם סענאַט, װעט דאָס שלום עליכם־יאָר װערן געשלאָסן אין חודש נאָװעמבער אויף אַ ספּעציעלער זיצונג פֿון אַרגענטינער קאָנגרעס מיט דער באַטייליקונג פֿון רעדנערס און קינסטלערס.


פֿײַערונגען לכּבֿוד מדינת־ישׂראל ווערן צוויי מאָל אָפּגעלייגט צוליב רעגן

די פֿײַערונגען אָפּצומערקן די 68 יאָר פֿון מדינת־ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט האָבן הײַיאָר נישט געהאַט קיין מזל. מען האָט אָרגאַניזירט קאָנצערטן און טענץ אויף דער פֿרײַער לופֿט זונטיק דעם 15טן און מען האָט עס אָפּגעלייגט צוליב דעם רעגן. דעם 22סטן האָט אויך גערעגנט, האָט מען באַשלאָסן אַז די פֿײַערונגען זאָלן פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 24סטן אין דעם בנין פֿון קלוב „הכּוח‟, װוּ אַ פּאָר טויזנט מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט זיך צו פֿרייען מיט ישׂראלס דערגרייכונגען און דעמאָנסטרירן קעגן טעראָריזם.


„דאַיאַ‟ נעמט אויף גובערנאַטאָר פֿון סאַלטאַ, כואַן מאַנועל אורטוביי

די „דאַיאַ‟ האָט אויפֿגענומען, דאָנערשטיק דעם 19טן מײַ, דעם גובערנאַטאָר פֿון דער פּראָװינץ סאַלטאַ, מיט װעלכן די אינסטיטוציע װעט מיטאַרבעטן אין דערציִערישע פּלענער אויסצומײַדן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע. דער גובערנאַטאָר כואַן מאַנועל אורטוביי האָט אין זײַן װאָרט געזאָגט, אַז „מיר װעלן אַרבעטן פֿאַר אַ בעסערער געזעלשאַפֿט װוּ ס׳זאָל הערשן יושר. אַרגענטינע איז אַ געזעלשאַפֿט מיט אַן אָפֿענער װוּנד ביז מען װעט נישט געפֿינען די װעלכע האָבן דורכגעפֿירט די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע און דעם בנין פֿון דער קהילה. דאָס איז אַ נאַציאָנאַלע בושה װאָס מיר װעלן דאַרפֿן לייזן‟.


איבער 1,000 ייִדישע און ניט־ייִדישע תּלמידים מאַרשירן צו דערמאָנען דעם חורבן

איבער 1,000 יוגנטלעכע האָבן מאַרשירט דאָנערשטיק, דעם 19טן מײַ, איבער די גאַסן פֿון דער שטאָט, מיט פֿאַקלען אין זייערע הענט, צו דערמאָנען דעם חורבן. אין דעם „חורבן־פּלאַץ‟, האָבן גערעדט דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, אריאל כּהן־סאַבאַן; דער דערציִונג־מיניסטער פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס — אַלעכאַנדראָ פֿינאָטשיאַראָ; מאַרסעלאָ גוליאַנדאָלאָ, פֿאַראַנטװאָרטלעכער פֿאַר דערציונג־פּאָליטיק פֿון נאַציאָנאַלן דערציונג־מיניסטעריאָם, און דער נאַציאָנאַלער סעקרעטאַר פֿאַר דער יוגנט — פּעדראָ ראָבלעדאָ. אַלע האָבן אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט פֿון דער דעציִונג און אַזעלכע אונטערנעמונגען. דאָס איז דאָס פֿערטע מאָל װי דער מאַרש װערט אָרגאַניזירט און תּלמידים פֿון ייִדישע און נישט־ייִדישע אַנשטאַלטן מאַרשירן איבער דער שטאָט.


וואָרטזאָגער וועגן ראַציזם בײַ דער „יו־ען‟ טרעפֿט זיך מיט פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס

דער װאָרטזאָגער װעגן ראַציזם און קסענאָפֿאָביע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער, מוטומאַ רעטעערע, האָט באַזוכט בוענאָס־אײַרעס. ער האָט זיך געטראָפֿן מיט פֿאָרשטייערס פֿון דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער סעקציע פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס, פֿון דער קהילה און „דאַיאַ‟: „מײַן מיסיע איז זאָרגן פֿאַר די װעלכע װערן דיסקרימינירט. איך באַמי זיך צו שטודירן די ספּעציפֿישע פּראָבלעמען פֿונעם אַנטיסעמיטיזם אין די לענדער װאָס איך באַזוך.‟


ערשטע פּראָקוראָרין פֿון ניסמאַנס טויט איז זיכער, אַז מע האָט אים געצוווּנגען זיך נעמען דאָס לעבן

די פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿיין, װאָס האָט אָנגעהויבן די אויספֿאָרשונגען פֿון פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט און װאָס איז באַזײַטיקט געװאָרן װען דער פֿאַל איז אַריבער צו דעם פֿעדעראַלן געריכט, איז אַרויס אויף פּענסיע. אין דערקלערונגען צו אַ ראַדיאָ־סטאַנציע האָט זי געזאָגט אַז זי איז זיכער אַז ניסמאַנען האָט מען געצװוּנגען זיך נעמען דאָס לעבן און זי האָט באַשטעטיקט אַז במשך צװעלף שעה, װען מען רעכנט אַז ניסמאַן איז געשטאָרבן ביז מען האָט אָפֿיציעל אַנטדעקט זײַן קערפּער האָט כאַימע סטיוסאָ, דער שעף פֿון אַרגענטינער שפּיאָנאַזש; דער גענעראַל צעזאַר מילאַני, אָנפֿירער פֿון דער אַרמיי, און אַנדער זיכערקייט־באַאַמטע כּסדר גערעדט צװישן זיך דורכן טעלעפֿאָן, און אַז זי האָט נישט געקענט פֿאַרענדיקן איר אויספֿאָרשונג. אירע דערקלערונגען האָבן פֿאַרשטאַרקט די מיינונג, אַז ניסמאַנען האָט מען דערהרגעט און איר אומפֿעיִקייט האָט דערװײַטערט מען זאָל דערגיין דעם אמת װײַל זי האָט זיכער פֿאַרדעקט אַנדערע שפּורן װאָס קאָמפּראָמעטירן די פֿריִערדיקע רעגירונג.

ניסמאַנס געװעזענע פֿרוי, די ריכטערין סאַנדראַ אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ האָט איר געענטפֿערט אַז זי איז איבערגעצײַגט, לויט די עלעמענטן פֿון דער אויספֿאָרשונג אַז מען האָט ניסמאַנען דערמאָרדעט און אַז דאָס װאָס זי האָט איצט געזאָגט האָט זי באַדאַרפֿט אַרײַננעמען אין דער אויספֿאָרשונג.