דעם 3טן סעפּטעמבער וועט די באַקאַנטע קלעזמער־פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס אויפֿטרעטן אין דער היסטאָרישער „סינאַגאָגע פֿונעם ווײַסן באָטשאַן‟ אין ברעסלע (ווראָצלאַוו), פּוילן. צוזאַמען מיט דער פּיאַניסטקע מלכּה לערנער, וועט סוויגאַלס שפּילן אַ מוזיקאַלישע באַגלייטונג, וואָס זי האָט אַליין קאָמפּאָנירט, צום פֿילם „דער געלער צעטל‟.
„דער געלער צעטל‟ איז אַ שטומע מעלאָדראַמע פֿון יאָר 1918, וואָס האָט אַ סך וויכטיקע היסטאָרישע אַספּעקטן. ערשטנס, שפּילט דערין די באַקאַנטע פּוילישע אַקטריסע, פּאָלאַ נעגרי (אַגבֿ, ניט קיין ייִדישקע). זי שפּילט די ראָלע פֿון אַ יונגער פֿרוי, וואָס וויל שטודירן אויפֿן פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, אָבער, ווי אַ ייִדיש קינד, האָט זי ניט קיין רעכט צו וווינען אין דער רוסישער הויפּטשטאָט. כּדי צו באַקומען וווינרעכט, מוז זי אָנגעבן אויף אַ „געלן צעטל‟ — אַזאַ מין דערלויבעניש, וואָס עס באַקומען בלויז פּראָסטיטוטקעס. בשעת נעגרי האָט הצלחה אין אירע לימודים און געווינט אַ גאָלדענעם מעדאַל אויפֿן אוניווערסיטעט, וווינט זי בסוד אין אַ מין באָרדעל אַרומגערינגלט מיט זונות און שיכּורים.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז נעגריס סיטואַציע איז פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע דראַמאַטישע און טראַגישע פּאַסירונגען; למשל, ווען אַ סטודענט, וואָס איז פֿאַרליבט אין איר, באַזוכט דעם דאָזיקן טאַנצזאַל און… דעם גאַנצן פֿילם, צוזאַמען מיט סוויגאַלס מוזיקאַלישער באַגלייטונג, קען מען זען אונטן.
„דער געלער צעטל‟ איז אין תּוך אַ דײַטשער פּראָפּאַגאַנגע־פֿילם פֿון דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, וואָס זײַן ציל איז צו באַשמוצן דעם צאַר און די רוסישע מאַכט. די סימפּאַטישע באַציִונג צו די ייִדן אינעם פֿילם שפּיגלט אָפּ די דײַטשע פּאָליטיק פֿון יענער תּקופֿה, וואָס פּרעזענטירט זיך פֿרײַנדלעכער און ליבעראַלער ווי די רוסישע. מע האָט פֿילמירט דעם גרעסטן טייל פֿונעם פֿילם אין דער אָקופּירטער וואַרשע, און דווקא אין די „נאַלעווקעס‟, אין דער ייִדישער געגנט — דאָרט וווּ די נאַציס האָבן מיט צוואַנציק יאָר שפּעטער געמאַכט די געטאָ. אַזוי אַרום שטעלט דער פֿילם מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקער וויזועלער דאָקומענט פֿון דער ייִדישער וואַרשע.
די „סינאַגאָגע פֿונעם ווײַסן באָטשאַן‟, וווּ דער פֿילם וועט שפּילן, איז אַליין אַ היסטאָריש אָרט: די גרעסטע שיל אין ברעסלע, געבויט אין 1827־1829, האָט זי ביז 1941 געהערט צו די ליבעראַלע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן, ניט צו די אָרטאָדאָקסטן. אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי געדינט ווי אַ סקלאַד פֿאַרן ייִדישן האָב־און־גוטס, וואָס די נאַציס האָבן צעראַבעוועט. אונטער די פּוילישע קאָמוניסטן, איז די שיל קודם געוואָרן אַ ייִדישער קהילה־צענטער און שפּעטער — אַ טייל פֿון דער אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק. ערשט אין 2010, נאָך אַ לאַנגן רעמאָנט, האָט מען זי ווידער געעפֿנט ווי אַ שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.