ווירטועלע זאַמלונג פֿון לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישע שרײַבער

Virtual Anthology of Los Angeles Yiddish Writers


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 27, 2016, issue of May 27, 2016.

אַ ריזיקע נײַע וועבזײַט, וואָס איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן דורכן „אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע‟, שטעלט פֿאָר לידער, דערציילונגען און זכרונות פֿון אַ ריי לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישע שרײַבער אויף ענגליש און ייִדיש.

צוזאַמען מיט די ליטעראַרישע טעקסטן אַליין, גיט די וועבזײַט צו פּרטימדיקע ביאָגראַפֿישע פּראָפֿילן פֿון די מחברים, דאַטן־ליניעס (timelines) מיט בילדער און אינפֿאָרמאַציע וועגן זייער לעבן. די וועבזײַט נעמט אויך אַרײַן ביבליאָגראַפֿיעס מיט פֿאַרבינדונגען צו זייערע ווערק אויף ייִדיש.

די אַנטאָלאָגיע „לאָמיר ראַטעווען די לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישע קולטור‟ (Recovering Yiddish Culture in Los Angeles) איז אַ פּראָיעקט פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון אַלאַן לעווי בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס‟ און אַ טייל פֿונעם גרעסערן פּראָיעקט Mapping Jewish LA (שאַפֿנדיק מאַפּעס פֿון די לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדן), מיט דער שטיצע פֿון אַ ריי אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.

די זיבן שרײַבער, וואָס מע קען שוין לייענען אין דער דיגיטאַלער אַנטאָלאָגיע, זענען דער פּאָעט משה־לייב האַלפּערן, די פּאָעטעסע ראָזאַ נעוואַדאָווסקאַ; דער פּאָעט ה. רויזנבלאַט, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע לויב־געזאַנגען צום אַמאָליקן „ווילדן מערבֿ‟; דער פּאָעט ש. מילער, גרשון אײַנבענדער (דער זשורנאַליסט און שרײַבער פֿאַר קינדער באַקאַנט ווי „כאַווער פּאַווער‟); דער זשורנאַליסט און פּאָעט הירש גאָלדאָווסקי, און דער פּאָעט ל. מאַטעס. מע האַלט איצט אין באַאַרבעטן די אָפּטיילונגען געווידמעט די גרויסע פּאָעטן פּרץ הירשביין און מלכּה הפֿץ־טוסמאַן.

די וועבזײַט האָט באַטראַכט און אָרגאַניזירט ד״ר קאַראַלײַן לוס, וואָס פֿאָרשט אויס די אַמאָליקע ייִדיש־רעדנדיקע אַרבעטער אין לאָס־אַנדזשעלעס, בײַ UCLA. צוזאַמען מיט איר דינען אויך ווי רעדאַקטאָרן פֿון דער וועבזײַט הערשל האַרטמאַן — אַ ייִדישער שרײַבער און איבערזעצער, און מירי קאָראַל, די גרינדערין און אָנפֿירערין פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור‟ און אַ לעקטאָרין פֿון ייִדיש אין UCLA.

די אַנדערע איבערזעצער, וואָס האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן די אַנטאָלאָגיע זענען עלאַ (שיינע) ראָדזשערס־פֿעט, אַ ביז־גראַדויִר סטודענטקע בײַ „דזשאָנס־האָפּקינס אוניווערסיטעט‟; ד״ר דזשוליאַן לעווינסאָן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור בײַם „מישיגענער אוניווערסיטעט‟; דזשעסיקאַ קירזיין, אַ דאָקטאָראַנטקע פֿון ייִדיש בײַ „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟ און אַ מיטגלידין פֿון דער רעד־קאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל „אין געוועב‟; מײַקל קאַספּער, אַ דאָקטאָראַנט בײַ UCLA, ד״ר סוני יודקאָף, די ייִדיש־לעקטאָרין בײַם „שיקאַגער אוניווערסיטעט‟, וואָס איז אויך אַ מיטגלידין פֿון דער רעד־קאָלעגיע פֿון „אין געוועב‟, און די איבערזעצערין תּמר שנײַדער־לעווין.

די אַנטאָלאָגיע Recovering Yiddish Culture in Los Angeles איז ממש אַן אוצר, וואָס איז כּדאַי דורכצוקוקן במשך פֿון טעג און וואָכן. עס קומט ד״ר קאַראָלײַן לוס און אַלע מיטאַרבעטער אויפֿן פּראָיעקט אַ גרויסן ישר־כּוח פֿאַר זייער אויפֿטו. די וועבזײַט, צוזאַמען מיט דער נײַער „היימזייט‟ פֿון שלום־עליכם, וואָס האָט אויך לעצטנס דעבוטירט, וועלן זיכער באַקענען זייער אַ סך מענטשן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור.