טאָמער עסט עמעצער און הייבט, חלילה, אָן זיך צו וואַרגן, ווייסן שוין אַלע, אַז מע דאַרף אויף אים מאַכן די „הײַמליך־טעכניק‟. צוליב דעם, וואָס דער טעכניק קען אָבער זײַן געפֿערלעך, באַנוצט מען זי נאָר אין אַן עכטן נויטפֿאַל און ניט, למשל, כּדי צו פּראַקטיצירן אויף מענטשן, וואָס וואַרגן זיך ניט.
לעצטנס האָט ד״ר הענרי הײַמליך, דער 96־יעריקער גרינדער פֿון דער טעכניק, געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט זיך געוואָרגן פֿון אַ שטיקל האַמבורגער בשעת זיי האָבן געגעסן צוזאַמען אין זייער מושבֿ־זקנים. ווי עס טרעפֿט זיך, איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס דער באַרימטער ייִדישער כירורג האָט זיך באַנוצט מיט דער טעכניק, וואָס ער האָט אויסגעטראַכט אין 1974.
„ווען איך האָב אים גענוצט און די פֿרוי איז אין גיכן געקומען צו זיך, האָב איך זיך דערפֿרייט, וואָס איך האָב געקענט ראַטעווען אַזוי פֿיל מענטשן‟, האָט הײַמליך באַמערקט פֿאַר דער צײַטונג „סינסינאַטי אינקווײַערער‟. פּאַטי ריס, די פֿרוי וועמען ער האָט געראַטעוועט, האָט איבערגעגעבן דער זעלביקער צײַטונג אַז זי האַלט, אַז ס׳איז געווען באַשערט, וואָס ד׳׳ר הײַמליך זאָל זיצן לעבן איר פּונקט ווען זי האָט אים באַדאַרפֿט.
פּערי גיינס, אַן אַרבעטער אינעם עס־זאַל פֿונעם מושבֿ־זקנים, האָט איבערגעגעבן, אַז ער איז צוגעלאָפֿן צו דער פֿרוי און האָט אַליין פּלאַנירט צו נוצן אויף איר די „הײַמליך־טעכניק‟. ווען ער האָט אָבער דערזען, אַז דער דאָקטער וועט עס אַליין טאָן, איז ער געבליבן שטיין בײַ דער זײַט. „ס׳איז דאָך ד׳׳ר הײַמליך‟, האָט ער געזאָגט.
ד״ר הײַמליך וווינט שוין זעקס יאָר אינעם מושבֿ־זקנים אין סינסינאַטי. ער בלײַבט אַקטיוו, שווימט עטלעכע מאָל אַ וואָך און מאַכט געניטונגען. דאָס אַלץ האָט אים זיכער געהאָלפֿן, ווײַל כּדי צו מאַכן אַזאַ טעכניק, דאַרף מען זײַן שטאַרק. „ס׳איז אימפּאָנירנדיק, וואָס אַ מענטש האָט בכלל באַוויזן עס צו טאָן צו 96 יאָר,‟ האָט באַמערקט זײַן זון פֿיל הײַמליך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.