נײַער חסידישער זשורנאַל, „דער וועקער‟

New Hasidic Magazine, "Der Veker"


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 02, 2016, issue of June 25, 2016.

די וואָך איז פּובליקירט געוואָרן דער ערשטער נומער פֿון אַ חודשלעכן זשורנאַל, אָנגעשריבן פֿון חסידישע מחברים, גיט איבער דער וועב־פֿאָרום „קאַווע שטיבל‟.

דער ערשטער נומער פֿונעם זשורנאַל, „דער וועקער‟, קען מען אַליין אַראָפּלאָדן און אויסדרוקן (//www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=26609&mode=view) פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. די לייענער וואָס ווילן עס נישט אָפּדרוקן, וועלן בקרובֿ עס קענען באַשטעלן דורך „אַמאַזאָן‟, האָט „קאַווע־שטיבל‟ צוגעגעבן דורך „טוויטער‟.

דער נומער באַשטייט פֿון 52 זײַטן, באַצירט מיט פֿיל־פֿאַרביקע פֿאָטאָגראַפֿיעס און אילוסטראַציעס. דער אינהאַלט נעמט אַרײַן אַרטיקלען אויף פֿאַרשידענע טעמעס. איינער, „ווען אונדזערע אדמורי״ם האָבן געוואָלט מיר זאָלן לערנען מאַטעמאַטיק און אַ פֿאַך‟, דערציילט וועגן דעם באַשלוס פֿונעם צווייטן טשאָרטקאָווער רבין, ר׳ ישׂראל פֿרידמאַן, צו רופֿן אַן אַסיפֿה אין טשערנאָוויץ צו ראַטעווען די בחורים פֿון אַראָפּגיין פֿון דרך, דורך גרינדן תּלמוד־תּורהס, וווּ מע וועט זיי לערנען סײַ תּורה, סײַ די לאַנדשפּראַך און מאַטעמאַטיק, און אַז די וואָס קענען נישט לערנען גמרא זאָלן זיך אויסלערנען אַ פֿאַך. דער פּלאַן האָט באַקומען אַ סך שטיצע, אָבער האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק פֿונעם בעלזער רבֿ, און איז דערפֿאַר קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן.

אַ צווייטער אַרטיקל, „געדולד צו קינדער‟, עצהט די עלטערן נישט צו גיבן פּעטש זייערע קינדער אָדער צו צווינגען זיי תּמיד אײַנצוזיצן: „די נאַטור פֿון קינדער איז אַז זיי האָבן ליב צו שפּרינגען און טאַנצן, צו ווילדעווען און איבערדרייען, און דאָס איז זייער געזונט פֿאַר זיי… מע דאַרף אויסהערן זייערע ערציילונגען, אויסהערן זייערע פֿראַגעס מיט גרויס אינטערעס און פּרובירן זיי צו ענטפֿערן לויט זייער שׂכל און פֿאַרשטאַנד.‟

צוויי אַנדערע אַרטיקלען — „אַרויסוואַרפֿן אַ בחור פֿון ישיבֿה‟ און „העלאָ, מײַן זון, וועלקאָם צו די אינטערנעט‟ — ווײַזן ביידע אַרויס אַ גרייטקייט אַרומצורעדן יענע טעמעס, וואָס די חסידישע עדות האָבן ביז לעצטנס מורא געהאַט אַפֿילו צו דערמאָנען בפֿרהסיא. אין די סאַטמערער צײַטונגען „דער איד‟ און „דער בלאַט‟ וועט מען עד־היום זעלטן געפֿינען אַזוינע אָפֿן־האַרציקע אַרטיקלען.